וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט פון ווייסע הויז באאמטע, אז עס ווערט באטראכט מעגליכע לעגאלע שריט קעגן אומארוסא מאגינאלט ניומאן, א געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע געהילפקע, נאכדעם וואס זי האט אויפגעדעקט אז זי האט אומלעגאל רעקארדירט ווייסן הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי אין א געהיימע צימער, בשעת ער האט איר איינגעמאלדן אז זי ווערט ארויסגעווארפן פון איר דזשאב.

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אויך אטאקירט אומארוסא אויף טוויטער, באצייכענענדיג איר אלס "צודרייטע אומארוסא", און טראמפ האט צוגעלייגט אז ער האט איר נאר געגעבן א דזשאב אין ווייסן הויז ווייל זי האט זיך ממש געבעטן מיט געוויין דערפאר. שפעטער האט ער איר גערופן א "הינט".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל