וואשינגטאן. – די פעדעראלע "טי-עס-עי" אגענטור האט אין די לעצטערע וואכן פארשטארקערט אירע טעסטס, אויף א נייע סארט "סי-טי סקענער" מאשין, וועלכע וועט ערלויבן פאסאזשירן צו לאזן סיי וועלכע פליסיגקייטן און עלעקטראנישע מאשינען אין די רענצלעך און זעק, בשעת מען גייט אריבער די טי-עס-עי סקרינינג פראצעדורן.

ווי עס ארבעט יעצט, דארף מען די אויבנדערמאנטע זאכן ארויסנעמען פון די זעק, און דאס אריינשטעלן אין א באזונדערע קאנטעינאר, וואו עס ווערט באזונדער "געסקענט". דאס פארשלעפט און פארלענגערט די פראצעדורן, און די נייע טעכנאלאגיע וועט קענען אויפכאפן די זאכן אפילו ס'ליגט אינעווייניג אינעם רענצל, און אזוי וועלן די טי-עס-עי פראצעדורן גיין פיל שנעלער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל