וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אויף טוויטער געשריבן, אז ער האלט אז דער אהייא גאווערנאר דזשאן קעיסיק, א רעפובליקאנער אנטי-טראמפ פיגור, איז שולדיג איבער דעם וואס דער רעפובליקאנער קאנדידאט טראָו באַלדערסאָן האט נישט געווינען גענוג שטארק דעם קאנגרעס פארמעסט פאריגע וואך דינסטאג.

באלדערסאן שטייט ממש געציילטע הונדערט שטימען אפגערוקט פונעם דעמאקראט דעני אוקאנער און דער פארמעסט איז נאכנישט דערקלערט געווארן, און טראמפ האט געשריבן אז קעיסיק האט אפגעשוואכט וויילער ענטוזיאזם פאר'ן פארמעסט. קעיסיק האט בלויז רעאגירט אויף טוויטער, מיט א בילד פון א שמייכלענדיגן פוטין...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל