אפגאניסטאן – פיר טעג פון ענדלאזע און בלוטיגע קאמפן צווישן די אפגאנער מיליטער און טאליבאנער קרעפטן, האבן איבערגעלאזט ארום הונדערט פאליציי און זעלנער פאטאליטעטן, און אמווייניגסטנס צוואנציג ציווילע פאטאליטעטן. די ציפערן זענען ארויסגעגעבן געווארן נאכדעם וואס די טאליבאן האט דורכגעפירט א ווילדן איבערפאל אויף דער שטאט גאזני, דער הויפטשטאט פונעם גאזני פראווינץ.

די טאליבאן פרובירט עס אוועקצוכאפן פון רעגירונג קאנטראל, אבער דערווייל האט נאכנישט די טאליבאן פארכאפט דארטן קאנטראל, וואס אויב זיי באווייזן דאס, וועט עס זיין א פרעצעדענטלאזע זיג, ווייל עס וועט אפהאקן וויכטיגע שאסייען און פארבינדונגען צווישן דעם אפגאנער הויפטשטאט קאבול און ווייטערע פראווינצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל