טעהראן – דער איראנער גייסטליכער פירער אייאטאלע כומעיני האט נעכטן אפגעווארפן די אנבאט פון פרעזידענט טראמפ צו אפהאלטן געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער, אן קיין שום באדינגונגען פון פאראויס, און אין די זעלבע רעדע האט ער באשולדיגט די איראנער רעגירונג איבער זייער שלעכטע באהאנדלונג פון די ארטיגע עקאנאמיע, וועלכע הינקעט אונטער אין די לעצטערע תקופה, איבערהויפט זייט אמעריקע האט צוריקגעשטעלט די סאנקציעס, נאכן זיך ארויסציען פון די נוקלעארע אפמאך.

אין זיין רעדע האט ער נישט בלויז אויסגעדרוקט ווידערווילן איבער געשפרעכן מיט אמעריקע, נאר ער האט דאס גאר שטרענג פארבאטן. די אורזאך צו זיין פארבאט, זאגט כומעיני, איז דאס אז אמעריקע בלייבט קיינמאל געטריי צו וואס זי זאגט צו אין די געשפרעכן. "דאס אז אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פון די נוקלעארע אפמאך איז א קלארע איבערצייגונג אז מען קען נישט געטרויען אמעריקע" האט כומעיני געזאגט ביי א רעדע פארנט פון טויזענטער איראנער מוסולמענער. "מער ווי די סאנקציעס טוען שאדן פאר איראן, טוט די רעגירונג'ס שלעכטע באהאנדלונג פון די עקאנאמיע לייגן דרוק אויף די געווענליכע איראנער בירגער" האט כומעיני געזאגט, ווארענענדיג צו שטרענג באשטראפן די קארופטירטע באאמטע.

אין די זעלבע צייט האט די איראנער רעגירונג ארויסגעלייגט נייע קורץ שטרעקיגע באליסטישע מיסילס, צו צייגן פאר אמעריקע אז זיי וועלן זיך נישט אפשרעקן פון די סאנקציעס, און וועלן ווייטער פאראויס גיין מיט זייער מיליטערישע פראגראם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל