רעפובליקאנער טראָו באַלדערסאָן און דעמאקראטישער דעני אָוקאָנאָר, זענען איינגעשפארט אין א ענגע פארמעסט פאר די קאנגרעס זיץ, אין די ספעציעלע וואלן.

מיט 100 הונדערט פראצענט פון די פריסינקטן געמאלדן, שטייט באַלדערסאָן  מיט ווייניגער פון 1,800 שטימעס מער פון זיין אפאנענט, און מאנכע זאגן אז עס איז צי נאנט צו דערקלערן א געווינס. אבער די אהייא רעפובליקאנער פארטיי, די נאציאנאלע רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע קאמיטע און פרעזידענט דאנעלד טראמפ האבן אלע ארויסגעלייגט מעסעדזשעס צו גראַטולירן באַלדערסאָן. אָוקאָנאָר'ס קאמפיין האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגענדיג אז "יעדער האט געוויסט אז דאס וועט זיין א נאנטע פארמעסט, און כאטש מיר ווייסן נאכנישט די רעזולטאטן, האבן מיר פראבירט דאס בעסטע".

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל