וואשינגטאן – א גרופע סענאטארן האבן געשריבן א בריוו צום פענטאגאן, פארלאנגענדיג אינפארמאציע איבער בליי פארפעסטיגונג אין אמעריקאנער מיליטערישע באזעס. דער בריוו פון די סענאטארן קומט, נאכדעם וואס אן אויספארשונג פון די רויטערס נייעס אגענטור האט אויפגעדעקט, אז די וואסער רערן און סיסטעמען אין פילע באזעס לענגאויס אמעריקע, זענען פארפעסטיגט מיט בליי.

דער באריכט שילדערט נאכמער, אז די מיליטער פארנאכלעסיגט געהעריג דאס צו באריכטן און קעיר נעמען דערפון. די סענאטארן שרייבן, אז זיי ווילן האבן אן ענטפער איבער די פארנאכלעסיגקייט, זאגנדיג אז די געזונטהייט און זיכערהייט פון די מיליטער, די זעלנער און זייערע פאמיליעס, דארף זיין די וויכטיגסטע פריאריטעט פאר די מיליטערישע פירער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל