סיריע – אן אינטערעסאנטע "וואל סטריט דזשורנאל" באריכט דעקט אויף, אז עס קומען פאר גרויסע רייבערייען און געשלעגן אינערהאלב די פירערשאפט פון די אייסיס טעראר ארגאניזאציע. דער באריכט איז באזירט אויף אן אינטערוויו מיט איסמאאיל על-היטאווי, אן אייסיס קעמפער וואס אמעריקאנער און טערקישע זעלנער האבן אינאיינעם געכאפט אין סיריע.

על-היטאווי שילדערט איבער א זיצונג אין מאי יאר 2017, וואו ער האט אנטיילגענומען, אין שפיץ פונעם אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי. מען האט ביים זיצונג קלאר געקענט זעהן אז על באגדאדי איז אין א גאר שווערן געזונט צושטאנד, נאכ'ן ווערן פארוואונדעט אין א באמבארדירונג, און אויך האבן זיך אייסיס קאמאנדירן ארומגעשלאגן איבער געלט-צאלונגען פאר קעמפער און אנדערע אישוס.

/בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל