טעהראן – איראן האט געמאלדן, אז זיי גייען ארויסשטעלן א נייע סארט מיליטערישע פליגער. דער פליגער וועט ארויסגעשטעלט ווערן, ביי א צערעמאניע ווען איראן צייכנט אפ איר מיליטערישע אינדוסטריע טאג. דער פליגער וועט דורכפירן א פלי מיסיע און אינטערעסאנטע מאנעוורעס העכער די הויפטשטאט טעהראן.

אויסער דעם האט איראן געלאזט הערן אז זי האט באוויזן אויסצושטאפירן איינס פון אירע דעסטרויער שיפן, מיט לאקאל-פראדוצירטע ״שיף צו לופט״ מיסילס. איראן זאגט אז דאס צייגט, אז זי קען אליינס לאקאל פראדוצירן פארגעשריטענע מיסילס, און אז די אמעריקאנער סאנקציעס וועט זיי גארנישט שעדיגן, ווייל זיי זענען נישט אנגעוויזן אויף אנדערע לענדער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל