אילינאי – דער דעמאקראטישער שיקאגא'ער מעיאר ראם עמאניועל, וועלכער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר קלינטאן און דערנאך אבאמא בעפאר'ן ווערן מעיאר, איז אונטער גאר שטארקע דרוק צוליב די פילע שיסערייען, און פילע פארלאנגען אז ער זאל רעזיגנירן. עמאניועל איז שוין מעיאר אין שטאט זינט יאר 2011 למספרם, און דער פראבלעם פון די שיסערייען ווערן נאר ערגער, אריינגערעכנט פאריגן וויקענד ווען עס זענען געווען זיבעציג שיסערייען אין בלויז צוויי טעג. מעיאר עמאניועל האט שוין אונטערגענומען עטליכע פראגראמען צו פארבעסערן און פארשטארקערן פאליציי מאכט און קאנטראל, אבער דערווייל האט זיך גארנישט איינגעגעבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל