אומאן - די מדינת ישראל זיכערהייט מיניסטעריום איז איינגעגאנגען צו נאכלאזן פון אירע שטרענגע רעגולאציעס וואס טוען פארלאנגן אז ישיבה לייט וועלכע דינען נישט אין די ארטיגע מיליטער זאלן דארפן באקומען ספעציעלע ערלויבעניש צו ארויספארן פון לאנד פאר א לענגערע צייט, כדי צו ערלויבן אז זיי זאלן קענען פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.

אונטער די חוק הגיוס דארפן תלמידי הישיבה וועלכע ווילן ארויספארן פון לאנד פאר א פעריאד פון מער ווי צען טאג, איינגעבן און באקומען ספעציעלע ערלויבעניש פון די זיכערהייט מיניסטעריום. די דאזיגע רעגולאציעס, וועלכע זענען געצילט צו פארשווערן די לעבנס פון די חרדי'שע אידן, טוען אצינד ספעציעל פארשווערן פאר די טויזענטער בחורים און יונגעלייט, חסידי ברסלב, וועלכע גרייטן זיך צו פארן קיין אומאן צו וויילן אויף די טעג פון ראש השנה. די יום טוב ראש השנה הבעל"ט וועט זיך אנהייבן אום זונטאג נאכט, וואס דאס טוט באדייטן אז די גרעסטע מאיאריטעט פון חסידי ברסלב וועלן שוין זיין געצווינגען צו וויילן אויפן ארט נאך פון בעפאר שבת. בלויז גאר א באגרעניצטע צאל פון פליה רייזעס וועלן ארויספארן פון ארץ ישראל און אייראפע נאך שבת, צו קענען אנקומען קיין אומאן אין צייט בעפאר די זמן פון ראש השנה.

צוליב די גרויסע צאל פון חרדי'שע אידן וועלכע וועלן אפרייזן פון ארץ ישראל קיין אוקריינא זענען די באאמטע איינגעגאנגען צו שענקען די ספעציעלע אויסנאם, קלארשטעלנדיג אז דאס איז בלויז אן איינמאליגע טויש, און איז נישט קיין אנדייטונג פאר ווייטערדיגע אזעלכע מאסנאמען אין די צוקונפט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל