שיקאגא – מעדיצינישע פארשער אינערהאלב א בארימטע אוניווערזיטעט אין שיקאגא, האלטן אינמיטן די שפעטערדיגע שטאפלען פון דורכפירן פראבעס מיט א מעדיצין וואס איז געמאכט צו באהאנדלען הויכן בלוט-דרוק אלס מעגליכער היילמיטל פאר דער פארקינסאנס מחלה.

"איזראדיפיין" ווערט שוין לאנג גענוצט צו באהאנדלען מענטשן וואס ליידן אויף הויכן בלוט-דרוק, אבער פארשערס האבן אין דער לעצטיגער תקופה באמערקט, אז ביי די וואס נעמען איזראַדיפּיין איז די ראטע פון פארקינסאנס-ליידנדע נידעריגער ווי ביי אנדערע מענטשן.

נאכ'ן באטראכטן דעם ענין אביסל נאענטער, האבן די עקספערטן געזען אז "איזראדיפיין" האט אן אייגנשאפט פון באשיצן דעם חלק פונעם מוח וואס ווערט באטראפן פון פארקינסאנס, וואס האט נאך מער באשטעטיגט די השערה, אז דער זעלבער מעדיצין קען געניצט ווערן פאר פארקינסאנס-פאציענטן.

אין דער לעצטער פאזע איידער'ן פעסטשטעלן אויף זיכער, אז "איזראדיפיין" איז א געראטענער הייל-מיטל פאר פארקינסאנס, האבן וויסנשאפטלער אנגעהויבן עקספערימענטירן מיט מייז, און די רעזולטאטן דערווייל ווייזן, אז די מוח-צעלן אין די מייז וואס האבן באקומען א דאזע פון דעם מעדיצין זענען בעסער באשיצט קעגן שאדנס ווי אין מייז אן דעם מעדיצין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל