ניו דזשערסי - א פרישע ערפינדונג אין די פעלד פון אנטי-דעפרעסיע מעדעצינען האט געמאכט העדליינס נאכדעם וואס וויסנשאפטלער האבן איר באצייכענט אלס איינע פון די וויכטיגסטע ערפינדונגען אין צענדליגע יארן, און דער ערשטער נייער אנטי-דעפרעסיע מעדעצין אין די לעצטע 35 יאר.

דער מעדיצינישער פירמע "דזשאנסאן ענד דזשאנסאן", איינע פון די "פארמאסוטיקעל" ריזן האבן פארעפענטליכט די דעטאלן און אינפארמאציע איבער דער נייער וואונדער מעדעצין וואס ווערט גערופן "קיטאמין", און ווי זיי שאצן וועט דאס זיין דער מערסט- באנוצטע מעדעצין פאר מענטשן מיט שווערע דיפרעסיע.

דער מעדעצין וואס ווערט באארבעט דורך "דזשאנסאן ענד דזשאנסאן" קומט אין פארעם פון א נאז-איינשפריץ. 236 ערוואקסענע פאציענטן מיט דעפרעסיע פאר וועמען מעדעצינען האט נישט געארבעט האבן אנטיילגענומען אין זייער שטודיע, וואו זיי זענען געגעבן געווארן אנטי-דעפרעסיע מעדעצינען פאר 4 וואכן נאכאנאנד, האלב פון די גרופע האבן באקומען דער נאז-איינשפריץ מיט דער נייער מעדיצין אינעווייניג, און די איבעריגע העלפט האבן באקומען א נאז-איינשפריץ מיט א אנדערע סארט טראדיציאנאלע מעדעצין וועלכע איז נישט אזוי אפעקטיוו. און די רעזולטאטן זענען געווען איבערראשנד ביז גאר: די מענטשן וואס האבן באקומען דער נייער מעדעצין האבן געזען א דראמאטישע פארבעסערונג אין זייערע דיפרעסיע סימפטאמען בשעת די אנדערע גרופע וואס האבן באקומען דער אלטער טראדעציאנאלער מעדעצין פאר אזוי לאנג ווי 28 טעג האבן נישט געזען קיין פארבעסערונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל