מאנהעטן – מאונט סיני סייענטיסטן האבן אידענטיפיצירט א נייער גענעטישע "ביא-מארקער" פון "אסטמא" וואס קען ווערן דיאגנאזירט דורך א פשוט'ע טעסט דורך א ספעציעלע "נאז-בערשטל" וואס ווערט אריינגעלייגט אין די נאז פונעם פאציענט.

דער נייער טעסט קאסט נישט קיין סאך, און עס טוט אקוראט אידענטיפיצירן מילדע "אסטמא", און איינע פון די גרויסע בענעפיטן איז אז עס האט די מעגליכקייט צו ווייזן דעם דאקטאר צו עס איז טאקע אסטמא אדער מעגליך אן אנדערע אטעמען פראבלעם.

דר. סופינדא בוניאנעיוויטש, א דאקטאר און פארשער ביי "אייקאן מעדיצינישע שולע" זאגט אז פריימערי קעיר דאקטוירים וועלן מיט דער נייער "נאז-בערשטל" טעסט קענען אין בלויז סקונדעס דיאגנאזירן "אסטמא", און עס וועט שטארק פארבעסערן די אויסגאנג ביי פאציענטן דורך פריצייטיגע און אקוראטע דיאגנאזעס.

ביז היינט באנוצן זיך דאקטוירים מיט א טעסט וואס רופט זיך "פי-עף-טי" "פולמענערי פאנקשאן טעסטינג" און דאס איז די מערסט-אקוראטע דיאגנאזע געצייג פאר אסטמא, אבער דער פראבלעם איז אז צוטריט און עקספערטיז פאר דער סארט טעסט איז זייער קאמפליצירט פאר "פריימערי קעיר דאקטוירים" וואו אסטמא ווערט געווענליך דיאגנאזירט און באהאנדלט.

דער ביז-איצטיגער טעסט האט נאך א פראבלעם אז זי קען נישט ווייזן קיין חילוק צווישן 'אסטמא' אדער אנדערע אטעמען פראבלעמען, אבער דער נייער דער נייער טעסט אין די נאז וואס נעמט אינגאנצן עטליכע סקונדעס שטעלט יא צו קלארע רעזולטאטן וועלכע טוט אנדייטן אויב עס איז טאקע 'אסטמא'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל