ארעגאן – א שווארצע לאקאלע געזעצגעבערין אין ארעגאן זאגט, אז אן איינוואוינער אין דעם פארטלאנד ראיאן, האט אלארמירט די פאליציי קעגן איר, בשעת זי איז ארומגעגאנגען פון הויז צו הויז, אלס טייל פון איר קאמפיין. סטעיט סענאטארשע דזשאניעל ביינאם לויפט פאר ווידערוויילונג אין נאוועמבער, און זי זאגט אז אלס טייל פון איר קאמפיין, גייט זי ארום פון טיר צו טיר אין איר דיסטריקט, צו הערן פון איינוואוינער זייערע זארגן און ביטעס, און זיי צו בעטן צו שטימען פאר איר. ווי ביינאם זאגט, האט די פאליציי איר געזאגט אז זיי האבן באקומען א טעלעפאן רוף, אז א שווארצע פרוי זוכט דורכצופירן א רויבעריי און גייט פון איין הויז צום צווייטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל