וואשינגטאן – דער פעדעראלער פאסט אפיס האט געמאכט א קאסטבארער טעות, ווען זיי האבן געדרוקט סטעמפס וועלכע האט פארמאגט א בילד פון דער 'סטאטוע פון פרייהייט,' די באקאנטע "סטעטשו אוו ליבערטי", אבער נישט פון דער עכטער סטאטוע, נאר פון א נאכגעמאכטע וועלכע שטייט אין לאס וועגאס, נעוואדא. דער סטעמפ איז שוין ארויסגעגעבן געווארן עטליכע יאר צוריק, און דער ארטיסט ראבערט דעיווידסאן, וועלכער האט צוזאמגעשטעלט די נאכגעמאכטע סטאטוע, האט געקלאגט דעם פאסט אפיס פאר'ן נוצן דאס בילד פון זיין סטאטוע אן קיין ערלויבעניש. אצינד וועט דער פאסט אפיס דארפן צאלן 3.5 מיליאן דאלאר, ווי א געריכט האט פארארדענט.
הוסף רשומת תגובה