ניו יארק – א דראמאטישע סצענע האט זיך נעכטן אפגעשפילט ביים סטעטשו אוו ליבערטי, אויפ'ן עליס איילאנד אינזל אין ניו יארק, וואו א דעמאנסטראנטקע קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע'ס אימיגראציע פאליסיס, האט באוויזן ארויפצוקריכן צו דער סטאטוע, שטייענדיג ביי די פיס פון דער ריזיגער סטאטוע, בערך הונדערט פוס פון דער ערד. די ארויפגעקראכענע איז געווען טייל פון א גרופע צענדליגער פראטעסטירער וואס האבן געשטורעמט עליס איילאנד, און דורכגעפירט אן אנטי-טראמפ פראטעסט. די פאליציי האט עוואקואירט די הונדערטער טוריסטן און באזוכער פונעם אינזל, און נאך 4 שעה געשפרעכן מיט די פאליציי, זענען עטליכע אפיצירן אויך ארויפגעקראכן, אראפגעפירט די ארויפקריכערין דורך א לייטער, און איר גענומען אונטער ארעסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל