סיאטעל – "יונייטעד עירליינס" האט זיך לעצטנס ארויפגערוקט מיט איר סטאטוס, באווייזנדיג צו באקומען גוטע צייכענעס איבער צייטליכקייט. די "או-עי-דזשי" אוויאציע ארגאניזאציע האט די וואך פובליצירט איר באריכט איבער לופטליניעס און זייער צייטליכקייט, שטעלט זיך ארויס אז יונייטעד האט באקומען א 4-שטערנדיגן סטאטוס, וואס 5 איז די העכסטע. דערמיט איז יונייטעד דאס זעלבע ווי די דעלטא לופטליניע, וועמענ'ס צייטליכקייט איז אויך ביי א 4-שטערנדיגן סטאטוס. דער זעלבער באריכט צייגט אויך, אז "סאוטוועסט" און "אמעריקען" האבן ביידע בלויז א 3-שטערנדיגן סטאטוס, וואס באדייט אז זיי זענען זייער נישט פונקטליך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל