בערלין – פאליציי זאגן אז א ברענענדיגע פייגל איז מיסטעריעז געפאלן פון הימל, ארויפפאלנדיג אויף א ליידיגן טרוקענעם פעלד, וואס האט געפירט אז דאס גאנצע פעלד זאל אויפגיין אין פלאמען, און פארברענען זיבעצן אקער-לאנד. דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אין דער שטאט ראסטאק, אבער אין רעאליטעט, זאגן די אויטאריטעטן, האט עס נאר אויסגעזען כאילו דער פייגל פאלט ברענענדיגערהייט פון הימל, ווייל עכט האט דער פייגל זיך פשוט אנגעקלאפט אין אן עלעקטער דראט העכער'ן פעלד, און פונעם דראט האט עס געכאפט א שאק און אנגעהויבן ברענען, פאלנדיג אזוי אויפ'ן פעלד. הפנים, איז די וועטער פאראויסשאצונג פאר ראסטאק, דייטשלאנד, "ברענענדיג" הייס מיט א מעגליכן שאנס פאר א פויגל שטורעם...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל