אנאליז: וואס איז געווען פרעזידענט טראמפ'ס חשבון מיט זיין קאנטערווערסיאנעלע סטעיטמענט ביים פרעסע קאנפערענץ? און וואס האט פרעזידענט טראמפ געוואלט בכלל אויפטון מיט דער גאנצע 'פוטין' סאמיט?

בילד


נאך אלט'ס וועגן דעם נארישן סטעיטמענט ביים פרעסע קאנפערענץ...? עס איז שוין צייט צו טוישן "טאפיק'ס"..! אמת.., אבער בארואיגט אייך רבותי, מיר גייען נישט היינט רעדן וועגן דער אומגעלונגענע סטעיטמענט וואס טראמפ האט געלאזט פאלן ביים פרעסע קאנפערענץ מיט פרעזידענט פוטין. וואס מיר ווילן היינט בעיקר אדורכשמועסן איז , וואס איז געווען פרעזידענט טראמפ'ס חשבון מיט דער גאנצע מאדנע אויפירונג, און וואספארא מעסעדזש האט ער געוואלט שיקן, און צו וועמען? דאס איז איינמאל זיכער, אז דאס איז נישט בלויז געווען א פליטות פה, אזוי ווי מאנכע ווילן אראפמאלן, ביי אזעלכע סארט פרעסע קאנפערענצן פאלן נישט אריין קיין טעותים.., די אלע סטעיטמענט'סוואס ווערן געזאגט ביי פרעזידענטליכע פרעסע  קאנפערענצן ווערן גוט גוט צוגעגרייט פון פריער דורך דער פרעזידענט'ס פאליסי שטאב, און א יעדע ווארט איז געמאסטן און געוואויגן. און בן בנו של קל וחומר ביי אזא היסטארישע סארט פרעסע קאנפערענץ, ווי פרעזידענט טראמפ טרעפט זיך ביים ערשטן פארמעלן סאמיט מיט פרעזידענט פוטין, ווי ער האט גאר גוט געוויסט אז א יעדעס ווארט וואס ער גייט דארט זאגן, וועט ווערן איבערגעקוקט און איבערגעזיפט דורך זיינע 'גוטע פריינד' אין וואשינגטאן 'בשבע ניפות'.., אז אודאי איז ער געזיצן מיט זיינע יועצים וואכן לאנג פריער און גוט גוט צוגעגרייט יעדעס ווארט וואס ער וועט זאגן ביים פרעסע קאנפערענץ.

וואס דארפט איר מער פון דעם? ביים פרעסע קאנפערענץ זעלבסט האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעליינט כמעט א יעדע ווארט פון א צעטל..! אנדערש ווי זיין געווענליכע געוואוינהייט, ווי ער שטייט און רעדט וואס עס שמעקט אים און וואס עס קומט אים נאר אויפן צונג, (וואס דאס ברענגט אים טאקע אלע פראבלעמען שפעטער ווען ער דארף זיך פארענטפערן...), איז פון דעם אליין זעט מען דאך קליפ און קלאר אז טראמפ האט זיך געגרייט צו דער סאמיט מיט פוטין מיט גרויס ערענסטקייט, און אז ער האט פארשטאנען אז דא קען ער נישט רעדן כאוות נפשו )(ואס דאס מיינט בלינדע אהבה צו פוטין...), נאר א יעדעס ווארט מוז דא זיין געוואויגן און געמאסטן, ווייל הרבה מצפים לכשלונו.., און בפרט אז דער גאנצע רוסלאנד פרשה איז דאך זייער א האקעלע טעמע, ממילאהאט ער פארשטאנען אז ער מוז זיך אויסשטאטן  געהעריג מיט נאטן און פארגעשריבענע צעטלעך כאחד הנגידים... איז יעצט, ווי קען מען זאגן אז פרעזידענט טראמפ האט זיך פאררעדט, ווען ער האט א יעדע איינציגסטע ווארט ארויסגעליינט פון זיינע צעטעלעך וואס איז געלעגן פארנט פון אים..? יעצט אזוי, אמת טאקע אז דער אומגליקליכע סטעיטמענט איז געקומען בשעת די רעפארטער'ס האבן שוין געפרעגט די קשיות, וואס דעמאלטס האבן שוין פוטין און טראמפ נישט אריינגעקוקט אין די אנגעגרייטע צעטלעך, אמת, אבער א פרעזידענט וואס זיין שטאב גרייט אים אן צעטלעך פאר זיינע סטעיטמענט'ס, גרייט מען אים אויך צו זייער גוטע ענטפער'ס אויף רוב פארגעשטעלטע פראגעס, און אודאי און אודאי אויף דעם 'קשיא' מיטן 'הא' הידיעה..., וואס יעדער טיפש האט געוויסט אז מען גייט דאס פרעגן....

ואל תשיבני... אז פרעזידענט טראמפ אליין האט דאך נעכטן צוריקגעצויגן פונעם סטעיטמענט, און ער האט געזאגט אז ער גלייבט יא די ווערטער פון די אמעריקאנע אינטעלידזשענס אגעטורן.., ממילא זעט מען דאך בפירוש אז פרעזידענט טראמפ האט נישט געוואלט זאגן דאס וואס ער האט געזאגט? אבער דאס איז אודאי נישט ריכטיג..! ווייל דאס איז איינמאל קלאר, אז פרעזידענט טראמפ האט נאר צוריקגעצויגן נאך דעם וואס ער האט געזען די גרויסע טומל וואס עס הערשט אין זיין אייגענע פארטיי, וואס דאס האט אים אביסל איבעראשט און ער האט פארשטאנען אז ער מוז אביסל צוריקטרעטן, אבער ביז דעמאלט'ס האט ער זיך ארמגעדרייט א שטאלצער און מיט א גראדע רוקן, און געהאלטן אין איין איבערחזר'ן די זעלבע פאר אויסגעדראשענע סטעיטמענט'ס פאר ווער עס האט נאר געוואלט הערן.... און פון דעם אליין האט איר די פיינעל "ראיה מוכחת", אויב איז די ערשטע סטעיטמענט געווען א גליטש, דאן פארוואס האט דאס טראמפ געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן ביי אלע נאכפאלגענדיגע אינטערוויאוס...? פארוואס ביי זיין אונטערוויא מיט 'שאן הענעטי' וואס מיר האבן נעכטן דא געברענגט, האט ער איבערגע'חזר'ט דעם ארגומענט ווארט ביי ווארט בשעת וואס עס רינט שפייעכט'ס פון אים...?

איז ממילא איז הדרא קושיא לדוכתא.., איינמאל אונז זעמיר שוין קלאר אז דאס איז נישט געווען קיין שום גליטש אדער טעות, דארפן מיר פארשטיין וואס האט טראמפ געוואלט אויפטון מיט דעם, און צו האט ער נישט פארשטאנען און וואס פארא פלאנטער ער טרעט דא אריין? נאר טאקע אונזער לעצטע ראיה דאס וועט אונז ברענגען צו די ריכטיגע קלארקייט. א פרעסע קאנפערענץ איז דאך א פרעסע קאנפערענץ, און ווי מיר האבן פריער ערווענט קען מען דאך נישט זאגן אלעס וואס עס ליגט אויפן לונג ביי א אפיציעלע פרעסע קאנפערענץ, אבער טאקע דערפאר, טוען טאקע רוב וועלט פירער אפהאלטן א אונטערוויא מיט א גרויסע צייטונג פון יענעם פלאץ אדער פונעם אייגענעם לאנד, און דארטן טוט מען אביסל מער מרחיב הדיבור זיין איבער דער נושא.., און מען קען בעסער 'פורש משנתו זיין'... און ווער רעדט נאך אז דער אינטערוויא קומט פאר תיכף נאכן אפיציעלע פרעסע קאנפערענץ ווען דער קאנדידאט איז נאך 'הייפער'..., דעמאלט'ס קען מען טאקע בעסער וויסן וואס ער האלט אויב מען הערט זיך גוט צו צו אזא סארט אונטערוויא. דעריבער האבן מיר באשלאסן אז מיר וועלן זיך גוט גוט צוהערן צו זיינע ארגומענטן ביים אונטערוויא מיט 'שאן הענעטי', און פראבירן פון דארטן עפעס ארויסצולערנען וואס טראמפ האט דא געוואלט עררייכן?

למעשה האב איך נישט געדארפט זוכן אזוי שווער... ווער עס הערט זיך נאר א טראפעלע גוט צו צו זיינע רייד, כאפט באלד אויף דער גאנג, און איך מוז איך זאגן אז דאס איז טאקע א גוט'ס... און דער בחור איז גארנישט אזא נאר ווי מען טראכט.., נאר ענדערש א געפערליכע כיטרע פארשוין, פון וועם מען דארף שטיין ווייט כמטחוי קשת... איז לאמיר פראבירן צוזאמען דאס אויסצושמועסן. ווי פאר יעדעם וואויל באקאנט, איז פרעזידענט טראמפ געלאפן ביי די וואלן אויף א פלאטפארמע, אז ער וועט יא גוט לעבן מיט פוטין, און ער האט פארשפראכן צו ארבעטן מיט אים אויף אלע וויכטיגע אישוס. דאס איז געקומען נאך עטליכע גאר אנגעשטרענגטע יארן אונטער פרעזידענט אבאמא, ווי אבאמא מיט פוטין האבן זיך ארומגעשלאגן ווי קעץ און מויז, ביי אלע ראליס און אפילו ביי די פרעזידענטליכע דעבאטעס האט טראמפ קלאר פארגעשטעלט זיין וויזיע, אז ער פלאנט זיך פיין אויסצוקומען מיט פרעזידענט פוטין און אז ער פלאנט צו ארבעטען מיט אים אויף אלע וויכטיגע ענינים וואס שטייען אויפן וועלט ארדענונג, און אז ער וועט פאוקס'ן צו זיין מיט אים פראדאקטיוו.

למעשה ווייסן מיר דאך גאנץ גוט וואס עס איז למעשה געשען, די דעמאקראטן האבן תיכף נאך די וואלן אנגעהויבן מיט דעם ליידיגע און פוסטע 'וויטש האנט', און פרעזידענט טראמפ האט זיך דערזען אין א שטיקל קלעם, ער קען נישט אנהויבן רוקן טישן צוזאמען מיט פוטין, וויל דאס וועט נאר אריינשפילן אין די הענט פון די דעמאקראטן וואס וועלן שרייען, "קוקט'ס נאר ווי שטארק ער איז בידידות מיט דעם פוטינ'ען, אודאי האט ער מיטגעארבעט מיט אים ביי די וואלן", די גאנצע לעצטע אנדערהאלבן יאר, האט פרעזידענט טראמפ זיך דירעקט מונע געוען פון צו טון סיי וואס וואס זאל קענען אויסגעטייטשט ווערן ווי א קירבה יתירה ביי פרעזידענט פוטין, אדרבה, ער האט גאר אין געוויסע פעלער געשפילט אז איז גאר מער שארף ווי די איבריגע וועלט ווען עס קומט צו רוסלאנד, צום ביישפיל, ביי די פרשה מיטן רוסישן שפיאן וואס מען האט אומגעברענגט אין ענגלאנד, האט טראמפ ארויסגעווארפן אסאך מער דיפלאמאטן פון לאנד, ווי סיי וועלכע אנדערע מערב לאנד אויפן וועלט. דאס האט למעשה דערשטיקט דעם פרעזידענט'ס אויסערן פלענער אויפן אונטערנאציאנאלע שך ברעט, ווייל למעשה איז רוסלאנד א 'מעין פלעיער' אין רוב פראנטן ווי טראמפ האט געהאט א אונטערעסע צו אויסמאכן א חילוק, ווי למשל, אין סיריע, אין מיטל מזרח, אין ארץ ישראל, און אויך פרעזידענט טראמפ'ס 'פעיוורעט'.. נעמליך, נארט קארעא... אבער למעשה האט ער נישט געקענט זיך צוזאמקלויבן אין זיך אראפזעצן מיט פוטין צוליב דער נארישע מולער אינוועסטיגעישאן.

אצינד נאך אנדערהאלבן יאר אזוי אנגיין האט זיין געדולט געפלאצט... ער האט יעצט דא געוואלט איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן און קלאר שטעלן, סיי פאר זיינע אייגענע מענטשן און זיין אייגענע פארטיי, און אויך פאר די דעמאקראטן, "איך גיי האבן א גוטע צוזאמארבעט מיט פוטין, און אונז גיי מיר זיין בעסטע גוטע פריינד...! פינטל! אצינד האט איר צוויי אויסוואלן: אדער קענט איר זיך שטעלן אויפן קאפ... אדער אז איר ווילט דוקא.. וועל איך אייך ערלויבן זיך צו שטעלן אויפן נאז אויך... אבער איך גיי מיך מער נישט לאזן שאנטאזשירן פון א אפגעריסענע 'וויטש האנט'...! ער האט דאס זייער שטארק געוואלט קלאר מאכן, און ער האט געוואלט אז א יעדער זאל דאס דערהערן, דעריבער האט ער געלאזט פאלן די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט'ס איבער מולער און די FBI , כלומר, 'עטץ טראגט'ס שוין מער נישט קיין שום ווערט ביי מיר', איך וועל מיך מער נישט רעכענען קיין טראפ מיט ענקערע נארישע אינוועסטיגעישאנ'ס, און איך וועל יא אנהייבן גוט צו לעבן מיט פוטין. דאס איז געווען דער מעסעדזש וואס דער פרעזידענט האט געוואלט ארויסשיקן. איך האף אז איר האט דאס דערהערט...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל