708 –עיקער באָדן פון די געוועזענע "לעיק ענע" באָדן אויף קלאָוו ראָוד און רוט– 208 איז דער אייגענטום פון די חרדי'שע דעוועלאָפּערס גרופּע "קיען עקוויטיעס"
סאַוט–בלומינגראָוו. — די דעוועלאָפּערס פון די פאָרגעלייגטע "קלאָוו וואָוד פּראָיעקט" ביי די געוועזענע "לעיק עננע קאָנטרי קלאָב" פּלאַץ שאַצן, אַז ווען די דעוועלאָפּמענט וועט זיין פאַרטיג, קען דאָס מער ווי דאָפּלען די באַפעלקערונג אין סאַוט–בלומינגראָוו ווילעדזש.
דער באָדן וואָס איז געווען באַקאַנט אונטער'ן נאָמען "לעיק עננע קאַונטרי קלאָב", איז אָפּגעקויפט געוואָרן אין 2006 דורך אַ גרופּע חרדי'שע אינוועסטאָרס "קיען עקוויטיעס" פאַר די סומע פון 15 מיליאָן דאָלער מיט'ן ציל צו בויען דירות פאַר'ן חרדי'שן ציבוֿר. זיי האָפן יעצט אויפצובויען 600 איין–פאַמיליע הייזער ביים 708 –עיקערס באָדן וואָס געפינט זיך אויף קלאָוו ראָוד און רוט– 208 , נישט ווייט פון קרית יואל. די קאָנסולטאַנטן פון די פּראָיעקט רעכענען, אַז אויב יעדע פיר-בעדרום הויז האָט אַן עקסעסאָרי–אַפּאַרטמענט, קען "קלאָוו וואָוד" צוגעבן ביז צו 3,900 מענטשן צו אַ ווילעדזש וואָס האָט געהאַט אַ געשאַצטע 3,200 איינוואוינער ביז אַ האַלב יאָר צוריק.
אין אַפּריל האָבן די דעוועלאָפּערס פּערזענטירט צו די ווילעדזש אַ 509 –זייטיגער "דרעפט ענווייראָנמענטאַל אימפּעקט סטעיטמענט" און פאַרבינדעטע דאָקומענטן, אין וועלכן עס ווערן אויסגערעכענט די פּאָטענציעלע ווירקונג אויף די פאַרקער, פּראָפּערטי–טעקסעס און אַנדערע פאַקטאָרן. די ווילעדזש און פּלענינג באָורדס — וועלכע קוקן איבער די ענווייראָנמענטאַלע איבערזיכט פון די פּראָיעקט — האָבן צייט ביז יולי–31 צו באַשליסן אויב די "אימפּעקט סטעיטמענט" אַדרעסירט די שטודיע אישוס וואָס זיי האָבן אידענטיפיצירט דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, באַזירט אויף די אַנאַליזן פון זייערע קאָנסולטאַנטן. ווי נאָר זיי וועלן האָבן באַשלאָסן עס איז גרייט פאַר פּאָבליק–איבערזיכט, וועלן די באָורדס באַשטימען אַ פּאָבליק–הירינג איבער דעם.
די דעוועלאָפּערס שלאָגן פאָר צו צושטעלן וואַסער צו די הייזער מיט די דאָרטיגע קוואַלן און בויען אַ סוער-טריעטמענט פּלענט וואָס וועט אַריינפליסן די באַהאַנדלטע וועיסטוואָסער אין די "סעטערלי קריק". קאָנסולטאַנטן שאַצן, אַז די דאָרטיגע איינוואוינער וועלן נוצן אַ דורכשניט פון 270 טויזענט גאַלאָנען וואַסער אַ טאָג, אויב יעדעס הויז האָט אַ צוויי-בעדרום עקסעסאָרי–אַפּאַרטמענט —אַ זאַך וואָס די ווילעדזש באַאַמטע פאַרלאַנגט דאָס צו אַנאַליזירן כדי צו ווייזן די מאַקסימום פּאָטענציעלע ווירקונג.
לויט די "אימפּעקט סטעיטמענט", האָט דריי-טאָגיגע פּאָמפּ–טעסטן אויסגעפונען דעם פאַרגאנגענעם זומער, אַז זעקס קוואַלן אויף דעם באָדן קען נאָכקומען די דורכשניטליכע פאַרלאַנג פון 275,400 גאַלאָנען וואַסער אַ טאָג.
דעניס לינטש, אַ סאַוט–נייעק לאָיער וועלכער פאַרטרעט דעם ווילעדזש, האָט געזאָגט, אַז צו באַשטעטיגן די קראַנטקייט פון די קוואַלן וועט זיין אַ שליסל–אישו אין איבערקוקן די "קלאָוו וואָוד" פּלענער, נעמענדיג אין באַטראַכט די לאַנג–יעריגע קוואַל–וואַסער באַגרעניצונגען אין סאַוט–בלומינגראָוו. ער האָט געזאָגט, אַז די ווילעדזש באַאַמטע ווילן זיין זיכער אז עס איז דאָ גענוג וואַסער פאַר יעצטיגע און צוקונפטיגע איינוואוינער און צו צושטעלן "היידרענטס" פאַר די פייערלעשער.
די פּלאַנירער האָבן אויסגערעכענט, אַז 600 פיר-בעדרום הייזער קען אַנהאַלטן 3,173 איינוואוינער, און מיט די 600 עקסעסאָרי–אַפּאַרטמענט וועט זיין נאָך 689 מענטשן. זייערע פלאָר–פּלענס פאַר צוויי סאָרט פאָרגעלייגטע הייזער, נעמט אַריין אַ 750 סקווער–פיס יעדע באַזונדער, און אַן אומגעפאַרטיגטע פּלאַץ מיט אַ באַזונדערע אַריינגאַנג פאַר אַ פּאָטענציעלע אַפּאַרטמענט.
די דעוועלאָפּערס האָבן זיך קעגנגעשטעלט צו אַ פאָרגעשלאָגענע זאָונינג ענדערונג אין סאַוט–בלומינגראָוו וואָס וועט ערלויבן עקסעסאָרי–אַפּאַרטמענטס בלויז אין הייזער וועלכע זענען שוין געווען פאַר 10 יאָר צוריק, וואָס וועט אויסמיידן צו בויען די "קלאָוו וואָוד פּראָיעקט" הייזער מיט די סאָרט אַפּאַרטמענטן. אין א בריוו צו דעם ווילעדזש באָורד אין אויגוסט און אין נאָוועמבער, האָט סטיוו באַרשאָוו — דער לאָיער פון "קיען עקוויטיעס" — אַרגומענטירט אַז די רעגולאַציע וועט דיסקרימינירן קעגן האַוזינג נויטן פון חסיד'ישע משפחות, און וועט רעדוצירן די ווערד פון זיינע קליענט'ס באָדן.
די באָורד האָט נאָכנישט גענומען קיין שריט אויף די פאָרגעלייגטע ענדערונגען אין די ווילעדזש'ס עקסעסאָרי–אַפּאַרטמענט רעגולאַציעס.
די פרישע אַנטוויקלונגען ברענגען האָפענונג ביים היימישן ציבור, אַז ענדליך נאָך אזויפיל יאָר פון שוועריגקייטן מיט דעם באָדן, וועט זיך דאָרט ענדליך געבן אַ ריר.
ווען די גרופּע האָט אָפּגעקויפט דעם באָדן מיט 13 יאָר צוריק, האָבן זיי געפּלאנט צו בויען עטליכע הונדערט דירות אין איינקלאַנג פון די בלומינגראָוו טאַון זאָונינג, אונטער וועמענס יוריסדיקציע דאָס איז דעמאָלט געווען.
אָבער אַלס אַ טייל פון די אָנגעצויגנקייט פון די שכנים אַרום קרית יואל, האָבן די דאָרטיגע איינוואוינער זיך דערזען אַז עס גייט ווערן אַ חרדי'שער ישוב אונטער זייער פענסטער, האבן זיי באַשלאָסן אויפצושטעלן אַ פרישן ווילעדזש מיט'ן נאָמען "סאַוט בלומינגראָוו" וואָס האָט אַריינגענומען אַ גרויסן טייל פונעם טאַון און האָט אַריינגערעכנט אויך די שטחים וואָס די חרדי'שע אידן האָבן געקויפט. דערמיט האָבן זיי געוואָלט זיכער מאַכן אַז מען קען נישט גרינדן אַ פרישן ווילעדזש אויף דעם שטח, ווייל מען קען נישט אַנעקסירן שטח פון אַ ווילעדזש צו גרינדן אַ פרישן ווילעדזש.
גלייכצייטיג האָבן די פירער פון די נייע ווילעדזש אויסגעאַרבעט זייער שטייפע זאָנינג געזעצן כדי צו מאַכן שווערער דעם וועג פאַר די חרדי'שע אינוועסטאָרס צו קענען בויען מערערע הייזער עס זאָל זיי זיך לוינען דאָס געשעפט. איינער פון זייערע מיטלען איז געווען אַז זיי האָבן געבעטן ריזיגע לעגאַלע אָפּצאָלן פאַר יעדע אַפּליקאַציע וואָס מ'האָט אַריינגעגעבן, אַזוי אַרום האָבן זיי געזוכט צו אַנטמוטיגן און טייערער מאַכן דאָס אַפּלייען צו קענען בויען. זעלבטפאַרשטענדליך, אַז דאָס האָט צונישט געמאַכט די ערשטע פּלענער.
די אינוועסטאָרס פון דעם באָדן — אינאיינעם מיט נאָך עטליכע אינוועסטאָרס וועלכע האבן באָדנס אינעם נייעם ווילעדזש — האָבן אַריינגעגעבן אַ קלאַגע אין פעדעראַלן געריכט אין וועלכן זיי האָבן אָנגעקלאָגט דעם ווילעדזש אין דיסקרימינאַציע. זיי האָבן גע'טענה'ט אַז די גאַנצע ווילעדזש איז פאָרמירט געוואָרן צו באַגרעניצן די רעכטן פון די אידישע אייגענטימער. זיי האָבן אָנגעוויזן אַז די זאָנינג פאַרבאָט דאָס בויען געדיכטע הייזער און 2 פאַמיליע הייזער, וואָס מאַכט שווערער פאַר די אייגענטימער צו אַנטוויקלען זייער באָדן.
דאָס געריכט האָט אָבער געאורטיילט, אז די קלעגער דאַרפן אויפווייזן אַז מען האָט זיי צוריקגעוויזן צו קענען בויען, און ערשט נאָכדעם וואָס זייערע פּלענער ווערן אָפּגעוואָרפן קענען זיי טענה'ן דיסקרימינאַציע. דאָס האָט גורם געווען אַז די אינוועסטאָרס האָבן באַקומען קאַלטע פיס ווען זיי האָבן זיך דערזען מיט אַ גרויסן מאָרגעדזש פון 10 מיליאָן דאָלער וואָס זיי האָבן נישט גערעכנט צו באַצאָלן אויף לאַנגע יאָרן פון נישט קענען אָנגיין מיט זייערע פּלענער. דעריבער האבן זיי אַריינגעגעבן "טשעפּטער 11 " און זיך דערקלערט אַלס באַנקראָט. דאָס האָט נאָכגעפאָלגט אַז דער באַנק האָט אַרויסגעשטעלט דעם שטח אויף פאָרקלאָוזשער.
אָבער אין 2013 האָבן די אינוועסטאָרס זיך געוואָנדן צום פעדעראַלן געריכט וואו זיי האָבן פאַרלאַגנט באַנקראָט–שוץ מיט די טענה אַז זיי זענען גרייט זיך צו ווידער–אָרגאַניזירן און אויסאַרבעטן פרישע בוי–פּלענער. דאָס געריכט האָט זיי דאָס באַשטעטיגט, און יעצט האָבן זיי אַריינגעגעבן זייערע פרישע פּלענער.
דעם פאַרגאַנגענעם יאָר ווען דער סאַוט–בלומינגראָוו ווילעדזש האָט באַשטעטיגט אַ 6–חדשים בוי–מאָראַטאָריום אויף רעזידענץ דעוועלאָפּמענטס, איז אָבער אויסגעשלאָסן די פאָרגעשלאָגענע קלאָוו–וואָוד דעוועלאָפּמענט, נאָכדעם וואס די פעדעראַלע געריכט האָט איר פאַרבאָטן דאָס צו טאָן, נאָכדעם וואָס די 750 – עיקער באָדן פון די חרדי'שע דעוועלאָפּערס איז שוין אינמיטן וועג פון די פּלענינג פּראָצעדורן.

*

הוסף רשומת תגובה