בארא פארק קאונסיל עפנט נייע מאסיווע "חרדי'שע פרנסה פראגראם" צו העלפן טויזנטער תושבי בארא פארק מיט פראפעסיאנאלע ארבעטס געלעגנהייטן. ערמעגליכט געווארן אדאנק די אומערמידליכע שתדלנות פונעם עסקן נמרץ מו"ה ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו. ביים בכבוד'יגן אויפנאמע פאר ר' שמחה אין נייעם קאונסיל געביידע, דרוקט ער אויס גרויס צופרידנהייט צום היסטארישן דערגרייכונג לטובת הציבור.

בילד



מיט גרויס עקסטאז נעמען תושבי בארא פארק אויף די גאר פרייליכע נייעס איבער דעם עפענונג פון א גאר נייע פראגראם אין די "בארא פארק קאונסיל" באוואוסט אלס BPJCC מיטן נאמען "חרדי'שע פרנסה פראגראם" Charedi Workforce development program) ). אין אירע ראמען וועט מען צושטעלן פאר אלופי אלפי תושבי העיר וואס נויטיגן זיך אין סיי וואס פאר א הילף בנוגע "ארבעטס געלעגנהייטן" און פרנסות, פארשידענע ערליי פראגראמען וואס וועט זיי זיין בייהילפיג צו קענען טרעפן א בכבוד'יגע פרנסה בדרך כבוד.

דער אינציאטיוו איז א טייל פון גאר א ברייטער פראגראם וואס דער מעיאר פון ניו יארק האט איינגעפירט פאר א וויילע צוריק צו העלפן ניו יארקער טרעפן בעסערע דזשאבס, און אדאנק די אומערמידליכע שתדלנות פון העסקן הנמרץ הר"ר שמחה אייכנשטיין שיחי', קאנדידאט פאר אסעמבלי דיסטריקט 48 , וועלכער איז געווען איינגעשטעלט אינעם מעיאר'ס אפיס, האט ער מצליח געווען אריינצוברענגען דעם פראגראם אויך אויף א לאקאלע פארנעם אין די אפיסעס פון די בארא פארק קאונסיל, כדי אז היימישע אידן דא אין שטאט זאלן אויך קענען געניסן פון די פארשידנארטיגע סערוויסעס וואס דער פראגראם טוט צושטעלן.

דער פראגראם וועט אריינעמען אין זיך אסאך אפטיילונגען וואס וועלן בענעפטירן אלע ערליי הינזיכטן ווען עס קומט צו פרנסות, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען. אנגעהויבן פון קורסעס אויף פארשידנארטיגע פאכן און קאיעריעס פון וואס מ'וועט קענען באקומען הויך באצאלטע דזשאבס, הילף מיט שרייבן רעזומעיס צו באקומען דזשאבס, הילף מיט אפשאצונגען פאר מענטשן זיי זאלן וויסן וועלכע פאכן עס פאסט זיך פאר זיי , הילף מיט ליסטעס פון אוועילבל פאזיצעס וואס זענען פארהאן אין די מארקעט פון וואס מ'קען באקומען גאר שיינע און גוט-באצאלטע פאזיציעס.

די פראגראם וועט אויך אריינעמען די אנדערע זייט פון דעם ספעקטרום, די ארבעטס געבער . אין די ראמען פונעם פראגראם וועלן ביזנעסער און אינסטיטוציעס וואס זוכן פאסיגע און געלונגענע ארבייטער קענען באקומען דורך דעם אינציאטיוו ליסטעס פון פאטענציאלע און געלונגענע ארבייטער וואס וועלן קענען ערפילן די דזשאבס וואס עס פעלט זיך אויס.

דער פראגראם איז גאר א ברייטער און וועט אריינעמען אין זיך נאך אסאך אפטיילונגען און סערוויסעס, און אלעס מיטן ציל צו געבן פארן ברייטן ציבור א פלייצע און א האנט ווען עס קומט צו פרנסות , זיי זאלן שפירן באקוועם אריינצוקומען צום הויפטקוואטיר פונ'ם קאונסיל און אויפגענומען ווערן דורך די פראפעסניאלע שטאב וואס וועלן זיך פרייען ארויסצוהעלפן מיט וואס אימער מ'דארף האבן. איבער אלעס וועט געלייגט ווערן א שטארקן דגוש אז עס זאל זיין מיט א אידישן טעם און א היימישן אטמאספער צוגעפאסט פאר אונזער היימישע קאמיוניטי.

העסקן הר"ר אבי גרינשטיין הי"ו, אנפירער פון די בארא פארק קאונסיל דרוקט זיך אויס: "דער ארבעטס פראגראם איז א טייל פון נאך צענדליגע גאר וויכטיגע סערוויסעס וואס דער בארא פארק קאונסיל שטעלט צו פאר'ן היימישן ציבור אריינגערעכנט אלע רעגירונגס סערוויסעס און פאגראמען ווי אימיגראציע , ענראלמענטס , ענטייטלמענטס , וכדו' ובפרט ווען מ'שטויסט זיך אן אין פארשידענע רעגירונגס פראגראמען ווי למשל מ'ווארפט ארויס איינעם פון זיין הויז, וכדו' אבער אין די צייט וואס די אלע פראגראמען זענען מער "רי-אקטיוו", דאס הייסט, אז מ'האלט שוין ביי א מצב וואס מ'דארף צוקומען צו הילף, וויל מען זיין "פרא-אקטיוו", אנצפירן מיט סערוויסעס צו העלפן פאמיליעס איידער זיי פאלן אריין אין א פראבלעם, און דער בעסטער זאך וואס מ'קען טוהן איז צושטעלן פאסיגע און בכבוד'יגע פרנסות פאר היימישע משפחות, וואס דאס איז דער הויפט שליסל נישט צו דארפן צוקומען צו סיי וואס פאר א פראבלעמען".

ווי געזאגט איז דער אינציאטיוו צושטאנד געקומען אדאנק די שתדלנות פון העסקן הר"ר שמחה אייכנשטיין הי"ו, וועלכער פלעגט ארבעטן אין די מעיאר'ס אפיס און ער האט משקיע געווען געוואלדיגע כוחות אריבערצוברענגען אט דעם פראגראם פאר דעם היימישן ציבור אין בארא פארק צו קענען העלפן טויזנטע משפחות מיט גוטע פרנסות בעז"ה אויף אלע ערליי וועגן . אין די ראמען פון זיין ארבעט אריינצוברענגען דעם פראגראם איז ר' שמחה געקומען אויף א ספעציעלן באזוך צו דעם שפאגל נייעם פארגרעסערטן לאקאל פון די קאונסיל וואס ווערט אצינד געבויט אין צענטער פון שטאט. ביי זיין באזוך האט ר' שמחה זיך אויסגעדרוקט: "איך בין באגייסטערט צו באטראכטן דער צוקונפטיגער היים פון די בארא פארק קאונסיל אלס טייל פון זייער פארברייטערונג פון סערוויסעס צו אונזער קאמיוניטי . כאטש אונזער קאמיוניטי בליעט און וואקסט ב"ה, זענען אבער נאך אלס פארהאן פאמיליעס וועלכע דארפן צוקומען צו די קריטיש-וויכטיגע סערוויסעס וואס ווערן צוגעשטעלט דורך די קאנסיל.

אין א פערזענליכע נאטיץ, פריי איך זיך אז דער קאונסיל גייט ארויס מיט זייער נייער פרנסה פראגראם וואס איך האב געהאט דער זכיה צו העלפן דאס אנטוויקלונגען אין די צייטן ווען איך האב געארבעט אין די מעיאר'ס אפיס. עס איז נישט פארהאן קיין גרעסערער זכות ווי העלפן די איינוואוינער זיך אוועקשטעלן מיט א בכבוד'יגע פרנסה". האט ר' שמחה פארענדיגט זיינע ווערטער מיט באגייסטערונג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל