עזה - א באריכט אין א פאלעסטינער צייטונג זאגט אז די כאמאס פירערשאפט האט באשלאסן צו צוביסלעך אויפהערן מיט זייער "קייט טעראר אטאקעס" אין וועלכע זיי טוען אריבערשיקן ברענעדיגע מאטעריאל מיט קייטס וואס טוט פארברענען שטחים אין מדינת ישראל טעריטאריע. די סיבה דערצו ווערט אנגעגעבן אז כאמאס זוכט נישט קיין ערנסטע קאנפראנטאציעס מיט מדינת ישראל, און די שווערע חורבנות וואס די פליענדע פייער בענדלעך און באלונען מאכן אן אין מדינת ישראל טוט שטארק אויפהעצן דעם דעת הקהל אויף די אנדערע זייט גרעניץ.
הוסף רשומת תגובה