האלאנד – פאליציי אין האלאנד זאגן, אז זיי האבן ארעסטירט א פארשוין וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין וואנדאליזירן דעם עלטסטן בית החיים אין אמסטערדאם, ווען ער האט ארויפגעפירקלט האקנקרייצן אויף דער וואנט וואס נעמט ארום דעם בית החיים. דער אינצידענט האט פאסירט אין דעם זיעבורג ראיאן פון אמסטערדאם, וואו עס געפינט זיך דער זיעבורגער בית החיים, וועלכע איז שוין איבער דריי הונדערט יאר אלט. די פאליציי וועט דערווייל נישט ארויסגעבן יענעמס אידענטיטעט, און זיי קאמענטירן אויך נישט צי יענעמס מאטיוון זענען געווען אנטיסעמיטיזם אדער סתם וואנדאליזם. דער היסטארישער בית החיים איז 70 יאר געווען אפגעשפארט צוליב נאכגעלאזנקייט, און אין תשע"ג איז עס צוריק געעפנט געווארן, נאך א מאסיווער אויפרייניגונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל