וואשינגטאן – די איינפלוסרייכע סענאט שפיאנאזש קאמיטע האט נעכטן געמאכט פרישע העדליינס איבער די אנגייענדיגע אויספארשונגען ארום רוסלאנד'ס שריט ביי די יאר 2016 פרעזידענט וואלן, ווען די קאמיטע איז פאראייניגט געקומען צום אויספיר, נאך לאנגע מאנאטן פון אויספארשן, אז רוסלאנד האט זיך אריינגעמישט אין די וואלן, מיט'ן קלארן און דירעקטן ציל צו העלפן דאנאלד טראמפ געווינען די וואלן. די דעקלעראציע דורכ'ן סענאט שפיאנאזש קאמיטע, איז אין דירעקטער קעגנזאץ מיט וואס די קאנגרעסיאנאלע שפיאנאזש קאמיטע איז געקומען צום אויספיר ביים ענדיגן זייער אויספארשונג עטליכע מאנאטן צוריק, וואס זיי האבן דאן דערקלערט אז רוסלאנד האט זיך טאקע געמישט, אבער בכלל נישט צו העלפן טראמפ, נאר בלויז אנצוזייען כאאס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל