לאנדאן – שטייענדיג עטליכע וואכן נאכדעם וואס דער הויכער געריכט האט געאורטיילט אז אירע ביז יעצטיגע רעגולאציעס זענען געווען "אומגעזעצליך", "דיסקרימינאטיוו" און "אומ'שכל'דיג", האט די לאנדאנער קאראנער פרוי האסעל געמאלדן, אז זי וועט אין די קומענדיגע טעג ארויסשטעלן נייע פראטאקאלן און רעגולאציעס, וויאזוי איר אפיס וועט באהאנדלען מתים פון היינט און ווייטער. די קאראנער האט פאררופן א פובליק זיצונג אויף מארגן דאנערשטאג, וואו זי איז גרייט צו הערן מיינונגען פונעם פובליק איבער אירע נייע פראטאקאלן, און אויך האבן איבער צוועלעף הונדערט מענטשן אריינגעשיקט בריוון אין די לעצטע טעג מיט עצות און ביטעס, אז זי זאל טאקע אויספאלגן דעם געריכט אורטייל און געבן פריאריטעט פאר אידישע מתים.
הוסף רשומת תגובה