קואלא לאמפור – דער געוועזענער מאלאזיער פרעמיער מיניסטער, נאדזשיב ראזאק, איז ארעסטירט געווארן נעכטן דורך פעדעראלע פאליציי אפיצירן, און עס איז דערווארט אז ער וועט געקלאגט ווערן מיט הארבע קארופציע קלאגעס, פאר זיין ראלע אין א מולטי-ביליאן דאלערדיגע רויבעריי פון א רעגירונג אינוועסטמענט פאנד. לויט דער באשולדיגונג, האט ראזאק באקומען 10.6 מיליאן דאלאר צו זיין פריוואטן באנק אקאונט, נאכדעם וואס ער האט געגעבן באשטעטיגונג פאר א גרויסע קאנסטרוקציע פירמע צו בויען א מאסיוון פראיעקט אין ווערד פון עטליכע ביליאן דאלאר. ראזאק איז געווארן אויס פרעמיער, ביי די וואלן פארלאפענעם מאי, ווען זיין פארטיי, וואס האט קאנטראלירט מאלאזיע לאנגע יארן, האט פארלוירן קאנטראל אין שאקירנדע וואל רעזולטאטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל