ניו יארק. – א 25 יעריגער קווינס איינוואוינער האט מודה געווען אין געריכט, אז ער איז געווען גרייט צו שטארבן פאר דזשיהאד, בשעת ער האט געזוכט צו פארשפרייטן די אידעלאגיע פון אייסיס. אלי סאלא ווערט באשולדיגט אין פרובירן עטליכע מאל צו פארן קיין סיריע, אין לויף פון 2013 און 2014 , ביז זיינע עלטערן האבן קאנפיסקירט זיין פאספארט.

מיט צוויי יאר צוריק, האט סאלא פלאנירט א טעראר אטאקע אויפרייס אין ניו יארק סיטי, וואס פעדעראלע אגענטן האבן באצייטנס אפגעשטעלט. אצינד קומט פאר סאלא'ס פראצעס, און אין געריכט האט ער זיך היינט דערקלערט שולדיג אויף 2 טעראר קלאגעס קעגן אים, און אויב ווערט ער געפונען שולדיג אויף די קלאגעס, ווארט אים מער ווי 30 יאר טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל