וואשינגטאן. – א באריכט ברענגט נאך פון נאנטע ראטגעבער צו פרעזידענט טראמפ, אז דער פרעזידענט ציטערט דאס מערסטע פון געוועזענעם וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען, און וויל נישט אז ביידען זאל זיין דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט צו לויפן קעגן אים אין יאר 2020. לויט די ראטגעבער און ווייסע הויז קוועלער, איז טראמפ'ס פחד פון ביידען באזירט אויפן פאקט אז אלע אנדערע מעגליכע דעמאקראטישע קאנדידאטן זענען גאר שוואך. טראמפ לאכט אפן פון סענאטארשע עליזאבעט ווארען, און האלט אז ער וועט קענען גרינג באזיגן דעם ליבעראלן סענאטאר בערני סענדערס.
טראמפ'ס ראטגעבער זאגן פאר "עקסיאס", אז טראמפ פארשטייט אז ביידען האט אסאך קוואליטעטן ענליך צו אים, אריינגערעכנט אויטענטישקייט און זאגן וואס עס ליגט אויפן הארץ. ביידען איז זייער באקוועם און קאנפידענט, און קען גאר גרינג אויפארבעטן פארזאמלטע מאסן, און אויך גלייכט ער צו ווארפן טשעפערייען און צוריקשלאגן מיט קאנטער-זעצעס. אויסער דעם, איז טראמפ ספעציפיש באזארגט איבער פענסילוועניע, וואס ביידען האט גוטע שאנסן עס צו געווינען, נעמענדיג אין באטראכט אז ער איז דארט געבוירן.
הוסף רשומת תגובה