וואשינגטאן. – אין א דראמאטישן צוריקדריי, האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן נעכטן מיטוואך נאכמיטאג, אז די פאראייניגטע שטאטן און אייראפע האבן אנגעהויבן פירן געשפרעכן, מיט'ן ציהל אפצושטעלן די אנגייענדיגע האנדלס אנגעצויגנקייטן. "דאס איז א גאר גרויסע טאג פאר פרייע און יושר'דיגע האנדל, א גרויסע טאג", האט טראמפ געזאגט פאר רעפארטערס פארנט פון ווייסן הויז, נאכדעם וואס ער האט אפגעהאלטן א לענגערן זיצונג מיט'ן פרעזידענט פון די אייראפעאישע קאמיסיע דזשאן יאנקער.
טראמפ'ס פאזיטיווער טאן קומט אין א צייט וואס אייראפעאישע לענדער זענען פארמישט אין א האנדלס מלחמה מיט אמעריקע, נאכדעם וואס אמעריקע האט ארויפגעשטעלט טאריפס אויף אירע אייזן און אלומינום, און אייראפע האט נקמה גענומען מיט'ן ארויפשטעלן טאריפס אויף אמעריקאנער פראדוקטן. טראמפ און יאנקער האבן געזאגט, אז זיי האבן דערגרייכט א פארשטענדעניש, אז אמעריקע און אייראפע וועלן ארבעטן אינאיינעם צוצוקומען צו א סיטואציע פון "זערא טאריפס", און אויך אוועקצונעמען אנדערע בלאקאדעס און שטייערן, וועלכע שטערן פליסיגע האנדל צווישן די צוויי קאנטינענטן.

הוסף רשומת תגובה