טראמפ'ס געוועזענע אדוואקאט און "פיקסערמען" מייקל קאהן האט היינט געווארפן נאך א פאליטישע באמבע, און אנפלעקט אז דער דאן-קאנדידאט דאנעלד טראמפ האט געוויסט פון פאראויס איבער די מיטונג מיט נאטאלי וועסעלניטסקאיא, אן אגענט פון די רוסישע געהיימס-דינסט, וואס איז פארגעקומען אין די טראמפ טאוער אין יוני 2016. די רוסן האבן געהאט געשיקט אן אימעיל פארשלאגענדיג שמוץ אויף זיין אפאנענט הילערי קלינטאן, און די טראמפ קאמפיין האט זיך צוגעכאפט דערצו.
ביז יעצט האט טראמפ געשוואוירן אז ער האט בכלל נישט געוויסט דערפון (נאכדעם וואס ער האט ערשט געלייקנט אז עס איז בכלל געווען א זיצונג, אבער נאכדעם זיך מודה געעוען ווען דעטאלן זענען ארויסגעקומען...), און יעצט זאגן זיין קאָנפידאַנט און פערזענליכע לויער אז ער האט שוין איינמאל געוויסט. קאהן זאגט אז ער איס געווען דערביי ווען טראמפ איז געמאלדן געווארן איבער די רוסישע אנבאט, און אז טראמפ האט טאקע באשטעטיגט אז עס מעג פארקומען.
כאטש וואס קאהן קומט יעצט ארויס דערמיט, און עס לייגט זיך אויפ'ן שכל אז ער ווייזט וואס ער רעדט, האט ער נישט קיין שום פאקטישע באווייזן (א שטייגער ווי טעיפס וואס ער האט נעכטן ארויסגעגעבן).

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
הוסף רשומת תגובה