די וואך האט זיך געטומעלט איבעראל מיט דער מאסיווע ווערטער מלחמה צווישן אמעריקע און איראן, ווען ביידע פראבירן צו ווייזן זייערע בעסטע כוחות אז זיי דערשרעקן זיך נישט איינער פונעם צוייטענ'ס סטראשונגען, און אז זיי קענען בעסער צוריקענטפערן איינער פארן צווייטן מיט בעסערע סטראשעכצער, קודם האט זיך די מידיא אונטערגעהאלטן מיט פרעזידענט טראמפ'ס "מאמע פון אלע טוויט'ס", וואס האט אנגעסטראשעט איראן נאר פארן עצם האבן די חוצפה צו דראען אמעריקע... דערנאך האט זיך די מידיא אונטערגעהאלטן מיט דער אויסערן מיניסטעריום'ס אומאפיציעלע פורים ענטפער, אז זיי קענען אנקומען איבעראל אין דער מיטל מזרח ווי עס זענען סטאניאנירט אמעריקאנע טרופן... ער איז נאר נישט אריין אין קיין דעטאלן, וואס עס וועט געשען צו די איראנער טרופן איינמאל זיי קומען אן צו די אמעריקאנער זעלנער.... (איין באוויסטע קאמענטאטור פון ענגלאנד האט געפרעגט מיט שפאט: "פארוואס עפעס נאר אמעריקאנע טרופן..? זיי קענען אנקומען איבעראל ווי עס זענען סטאנציאנירט 'טשייניז' טרופן אויכעט..? נישט אזוי...? און די זעלבע מיט רוסישע טרופן... נו..? קומט דאך אויס לויט דעם אז איראן איז אסאך אסאך מעכטיגער ווי מען טראכט... ווארום זיי קענען דאך אנקומען איבעראל ווי עס זענען סטאנציאנירט מאכטפולע ארמייען....).

אבער לאמיר אפאר מינוט לאזן די צוויי וועלט מאכטן זיך ארומקריגן איינער מיטן צווייטן, און לאמיר אריינטראכטן טיפער וואס האט טאקע יעצט איראן געוואלט מיט דעם סטראשע "אז אמעריקע זאל זיך נישט צופיל ארומשפילן מיטן לייב'ס וויידל"....? אדער אז "א מלחמה מיט איראן וועט זיין דער מוטער פון אלע מלחמות"...? וואס? פרעזידענט רוכאני האט זיך באמת איינגערעדט אז נאך אזא מעכטיגע סטראשע וועט זיך אמעריקע באמת דערשרעקן זיך צו טשעפענען מיט אזא מאכטפולע לאנד ווי איראן...? פרעזידענט רוכאני ווייסט גאר גוט אז אמעריקע ווייסט זייער גוט ווי מאכטפול איראן איז באמת... און זיי דארפן נישט קיין הילף פון פרעזידענט רוכאני אין דעם הינזיכט... טא, וואס האט ער מיט דעם געוואלט..? און נאך דערצו ווען ער ווייסט זייער גוט אז די איראנע כוחות זענען אפילו נישט קיין 'וויץ' אקעגן די אמעריקאנער מיליטערישע כוחות... הערשט די וואך האבן מיר נאכגעברענגט דא די ספעציעלע אפשאצונג פון די ניו יארק טיימס אז אין פאל פון א קריג פון איראן מיט מדינת ישראל וועט איראן צוברעקלט ווערן אין געציילטע טעג...! און ווער רעדט נאך אויב די רעדע איז פון אמעריקע.... נו.. איז הדרא קושיא לדוכתא.. וואס האט רוכאני דא געוואלט מיט דעם אומגעלונגענעם סטראשע?

און אצינד לאמיר זיך נעמען צו אונזער פרעזידענט ירים הודו'ס ביינער.., וואס איז געווען פשט פון זיין נישט נארמאלע פאפארציאנעלע ענטפער, צו סך הכל א אפגעריסענע נארישע סטראשע..? דאס אליין ווייסט דאך לכאורה אז בעל כרחך ליגט דא עפעס טיפער באגראבן, וואס דאס האט ארויסגענומען אונזער העלדישער טוויטער'ער פון זיינע כלים וואס ער פארמאגט סיי ווי נישט.... אמת טאקע, מיר האבן דיסטאג נאכגעברענגט דא דער תירוץ פון ווייסע הויז קוועלער, אז דער עיקר וואס האט ארויסגענומען פרעזידענט טראמפ פון די כלים, איז געווען די סטראשע אז זיי גייען אפשפארן דעם "הארמוז וואסער וועג", וואס דאס, כאטשיג עס איז א בלויזע סטראשע, קען עס שווער שעדיגן דעם אויל מארקעט אויף וואל סטריט, און דעריבער האט פרעזידענט טראמפ געמוזט רעספאנדן אזוי שארף, כדי צוריקצולייגן דעם זיכערהייט אין די וואל סטריט אינוועסטירער, פיין, זייער א גוטע תירוץ... אבער זיי אונז ביטע מסביר איין זאך.., פארוואס אין דעם גאנצן שטרענגן טוויט פונעם פרעזידענט מיט די 'באלד לעטערס' ווערט נישט דערמאנט דעם 'הארמוז וואסער וועג" אפילו ברמיזא..? דער פרעזידענט רעדט דארט נאר פון דעם חוצפה וואס איראן האט געהאט צו סטראשענען אזא מאכטפולע לאנד און וועלט'ס מאכט ווי אמעריקע, און ווארענט זיי אן אז זיי זאלן זיך נישט דערוואגן דאס מער צו טון... איז דאס דארף צו בארואיגן וואל סטריט אינוועסטירער..? ווען איך בין ווען א אינוועסטירער כאפ איך מיין געלט און איך לויף ווי שנעל איך קען נאר... אויב אזוי פירט זיך אויף דער פרעזידענט פון וואל סטריט...

און צווישן אונז גערעדט, איז דאס א נארמאלע זאך פון א פרעזידענט אנצוסטראשענען א צווייטע לאנד מיט דאס ערגסטע, נאר וויבאלד זייער פירער האט געזאגט אז מען זאל זיך נישט ארומשפילן מיט זיי? איז דאס דער התנהגות וואס מיר ערווארטן פון א פרעזידענט ווען מיר גייען ארויס שטימען פאר אים?? האבן די אלע הייסע טראמפ שטיצערס דאס ערווארטעט פון אים ווען זיי האבן געוועלט פאר אים?? האבן רוב רעפובליקאנער דאס געוואלט ווען זיי האבן אריינגעשטימט דעם שפארבערישן פרעזידענט טראמפ?? יא אמת יעצט פארטיידיגן זיי דאס מיט אלע כוחות אין 'פאקס ניוז' און ביי אלע טאק שאו'ס, אבער אדרבה פרעגט זיי אין א ערנסטע מינוט צו דאס איז וואס זיי ערווארטן פון א אמעריקאנע פירער?

נאר דער גאנצע ווערטער אויסטויש צווישן איראן מיט אמעריקע מיינט דא גארנישט די סוכסוך צווישן איראן מיט אמעריקע, און אויך נישט די סאנקציעס וואס אמעריקע האט לעצטענס פריש באנייט אויף איראן, נישט אויף דעם איז איראן אזוי אויפגערעגט זאגענדיג "אז מען זאל זיך נישט צופיל ארומשפילן מיטן לייב'ס וויידל", ווייל הגה בעצמך, די סאנקציעס האט שוין די טראמפ אדמיניסטראציע ארויפגעלייגט צוויי חדשים צוריק, און דעמאלט'ס האט מען טאקע געהערט פון איראן גאר שווערע רייד אויף דעם טראמפ אדמיניסטראציע, און טראמפ האט זיך אויסגעלאכט פון דעם, טא, וואס איז יעצט געשען? גארנישט גייט נישט פאר יעצט ספעציעל? און אפילו די פארהאנדלונגען צווישן איראפע מיט איראן איבער מאכן א אייגענע דיל וואס אמעריקע פראבירט צו כסדר צו שטערן, האלט יעצט אין ערגעץ נישט. נאר אלא מאי דא גייט יעצט פאר עפעס אנדערש אונטער די קוליסן וואס נעמט ארויס איראן פון די כלים, און דאס איז אמעריקע'ס שטארקע פרעשור אויף רוסלאנד אז זיי זאלן נישט לאזן איראן זיך באפעסטיגן און אנעמען פאזיציעס אין סיריע, סיי אמעריקע און סיי מדינת ישראל האמערן מיט דעם אישו כסדר ביי אלע מיטונגען מיט פרעזידענט פוטין, אז מען טאר דאס נישט צולאזן בשום אופן, און עס הייסט יעצט אומעמטליך, אז יעצט ביים היסטארישן סאמיט צווישן טראמפ און פוטין איז דאס ענדליך ערלעדיגט געווארן, לויט די שמועה פארשטייט זיך גאר גוט וואס פרעמיער ביבי האט געזוכט אין מאסקעווע אזוי וויכטיג אינגאנצן דריי טעג פאר פרעזידענט טראמפ'ס באזוך.

פאר איראן מיינט דאס עק וועלט, זיי האבן אינוועסטירט אין דער מלחמה אין סיריע זייער גאנצע כוח און מוח, זיי האבן זיך געלאזט מקריב זיין טויזענטער סאלדאטן פונעם פרעסטיזשפולן 'רעוועלאציאנעלע גארד' פאר די מלחמה, זיי האבן אפילו אריינגעהויבן די כסדר'דיגע איזראעלישע באמבאדירונגען אויף זייערע פריש אויפגעשטעלטע באזעס אין סיריע, אלעס אבי אז זיי זאלן קענען בבא העת האבן א אחוזה אין סיריע, און קענען פון דארטן אנפירן מיט זייערע טעראר שטיק, סיי אקעגן מדינת ישראל , און סיי אקעגן די אנדערע סוני לענדער, איראן זעט אין די אויפגעשטעלטע באזעס אין סיריע זייער שפיץ הצלחה פון די לעצטע פינף יאר, און דאס איז פאר זיי נאך מער וויכטיגער ווי אפילו דער נוקלעארע פראגראם. דאס איז די סיבה אז זיי האבן זיך די לעצטע יאר צייט געשלאגן אויף דעם איזראעלי'ן פארלאנג מיט ציין און נעגעל, א יעדעס מאל וואס פוטין האט אויפגעברענגט דעם איזראעלי'שע פארלאנג פאר די איראנער, האבן זיי געווילדעוועט מיט די הענט און מיט די פיס ביז פוטין האט נאכגעגעבן.

אבער אצינד אז פוטין האט זיך געבראכן צו די שטארקע פרעשור פון פרעזידענט טראמפ, און צוגאב פון די כסדר'דיגע פארלאנגן פון די איזראעליס, באדייט דאס אז פוטין וועט אצינד באפעלן פאר די איראנער אז זיי דארפן זיך פאקן פעק...! און דאס איז עפעס וואס די איראנער האלטן נישט דערביי בשום אופן נישט. דעריבער זעענדיג אז די עיקר פרעשור קומט פון פרעזידענט טראמפ, האבן זיי מחליט געווען מודיע צו זיין פאר פרעזידענט טראמפ אז דער נייע פראנט וועט אים טייער קאסטן, און דאס וועט אים שאטן אויף זיין אנגייענדיגע מערכה מיט דער נוקלעארע פראגראם, אין אנדערע ווערטער זיי האבן אים געזאגט קלויב דיך אויס, אדער ווילסטו זיגן אין דער נוקלעארע מלחמה אדער וועסטו זיגן אין דעם סירישן שטרייט, אויף דעם ארויף האט טראמפ רעאגירט גאר בייז אז אמעריקע איז נישט א לאנד וואס קען נאר פארנעמען איין פראנט, און אז ער איז גרייט זיך צו שלאגן מיט איראן אפילו אויף דריי פראנטן אויב עס פעלט זיך אויס...! דעריבער זאל זיך פרעזידענט רוכאני 'פליז' האלטן אין די ראמען...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל