גוישען. — אַ פּאָליציאַנט וועלכע איז נישט געווען אין דינסט (אָף–דיוטי) האָט דעם פאַרגאַנגענע וואָך מיטוואָך אַרויסגעשלעפּט צוויי מענטשן פון זייער ברענענדיגע קאַר אויף רוט– 17 , איידער די פלאַמען האָבן זיך פאַרשפּרייט און
גענצליך פאַרניכטעט די קאַר.
די קאַר וואָס איז פאַרכאַפּט געוואָרן אין פייער אויף רוט– 17 נאָענט צו עקזיט 122 –עי, איז געווען איינגעהילט אין פלאַמען
ווען די פייערלעשער זענען אָנגעקומען אום 12:30 נאָכמיטאָג. דער גוישען פייערלעשער הויפּט ריטשערד פּיערסאָן האָט
געזאָגט, אַז דאָס פייער האָט זיך אָנגעהויבן אין די מאָטאָר–טייל, און די צוויי מענטשן וועלכע האָבן זיך געפינען זענען
אין די קאַר, זענען נישט פאַרוואונדעט געוואָרן.
טייל פון רוט– 17 איז געווען פאַרשלאָסן פאַר אַרום 30 מינוט, בשעת פייערלעשער האָבן פאַרלאָשן די פלאַמען. פאַר אַ שטיק צייט איז די איסט–באַונד טרעפיק געווען אָנגעלייגט ביז אַרויף צו די "איי 84- " אינטערטשעינדזש אין די טאַון–אָוו–וואוילקיל. אויך די סטעיט–פּאָליס האָט רעאַגירט צוזאמען מיט אַן אָרענדזש–קאַונטי שעריף דעפּיוטי און גוישען וואָלונטיר אַמבולאַנס שטאַב. די גוישען גוישען אַמבולאַנס שטאב האָבן אונטערזוכט די עלטערע לייט ביי די סצענע בשעת פייערלעשער האָבן אויסגעלאָשן די ברענענדיגע קאַר. עס האָט זיך נישט אויסגעפעלט זיי אַריינצופירן אין שפּיטאָל.
שפּעטער איז אַרויסגעקומען מער אינפאָרמאַציע איבער די געשעעניש, ווען עס איז באַקאַנט געוואָרן אַז דער "אָף–דיוטי" פּאָליציאַנט ברייען קעלי דינט אין די ווילעדזש–אָוו–גוישען פּאָליס–דעפּאַרטמענט.
ער האָט דערציילט, אַז עס איז געווען אַרום 12:30 נאָכמיטאָג, ווען ער האָט געזען ווי עס קומט רויעך פון די קאַר וואָס פאָרט נעבן אים. ער האָט זיך אַריינגערוקט אין די רעכטע לעין ממש פאָרנט פון יענע קאַר, וואָס האָט געצוואונגען יענעם זיך אָפּצושטעלן ביי "שאָולדער" אויף דער זייט פון די הייוועי. די רויעך וואָס איז געקומען פון אונטער די מאָטאָר איז געוואָרן דיקער.
אינצווישן האָט נאָך אַ דרייווער זיך אַריינגערוקט ביי די "שאָולדער", און יענער האָט געזאָגט פאר קעלי אַז ער איז אַ רעטייערטער ניו יאָרק סיטי פּאָליציאַנט. אַזוי זענען זיי ביידע זענען געלאָפן צו די קאַר און דערזען ווי דער דרייווער, אַ עלטערער מענטש, איז געווען שאָקירט. קעלי האָט געקענט זען רויך קומען פון אונטער די 'דעשבאָרד'. ער האט געוואוסט אַז עס לויפט אויס די צייט און מען מוז שוין נעמען שריט. ווען ער האָט אין אַכט גענומען אַז די עלטערע פרוי אין די פראָנט זיץ האָט אַ שטעקן ביי איר זייט, האָט ער באַשלאָסן איר ערשט אַרויסצוראַטעווען.
קעלי איז געלאָפן צו די פּאַסאַזשיר טיר און ווען די טירן האָבן זיך געעפנט, האָט ער שנעל אַרויסגענומען די פרוי, און דער רעטייערטער פּאָליציאַנט האָט אַרויסגענומען דעם מאַן. זיי האָבן ביידע געפירט אַראָפּציר אויף די "שאָולדער", צו זיין ווייט–אַוועק פון די קאַר. בלויז סעקונדעס שפּעטער, איז די קאַר אַרויף אין פלאַמען. ווען מען האָט עס שפּעטער אַוועקגעשלעפּט, איז עס געווען אַ פאַרברענטע סקעלעט.
ערשט נאָכדעם וואס די סטעיט–פּאָליס איז אָנגעקומען האָט קעלי אָנגעהויבן צו טראַכטן אַז עפּעס גאָר שרעקליך האָט געקענט פּאַסירן, אויב ער און דער אַנדערער מענטש וואָלטן זיך נישט אָפּגעשטעלט צו העלפן. אבער ער האָט געזאָגט, אַז ער איז נישט אַ העלד. "איך בין געווען פּונקט דער ריכטיגער מענטש אין די ריכטיגע אָרט און צו די ריכטיגע צייט וועלכער האָט געהאַט די מעגליכקייט צו העלפן", האט קעלי דערקלערט.
דער ווילעדזש–אָוו–גוישען פּאָליס טשיף האָט אויסגעלויבט קעלי, זאָגענדיג "מיר זענען אַזוי שטאָלץ", און אונטערגעשטראָכן אַז "ער איז געווען אָוו–דיוטי אין דער צייט".
קעלי איז געווען אויף זיין וועג צוריק קיין גוישען יענעם מיטוואָך נאָכמיטאָג, צו זיין שיפט וואָס הייבט זיך אָן 2:30 נאָכמיטאָג.

הוסף רשומת תגובה