דעם מאנטאג אווענט, עטליכע שעה איידער דער חוק הגיוס אין מדינת ישראל איז אריבער די ערשטע אפשטימונג, האבן זיך אין ירושלים צונויפגענומען מאסן טויזנטער ספרדישע אידן, בראשות גדולי רבני עדות המזרח שליט"א, אויסצושרייען זייער שארפן התנגדות צום גזירת שמד הגיוס. דער עצרת זעקה איז פארגעקומען אין בית החיים סנהדריא, און די יאמערליכע געוויינען און געשרייען פון די ספרדישע אידן "מיר ווילן בלייבן אידן", וואס האט אפגעהילכט ווייט ארום, האט געצייגט ווי דאס יהדות ספרד הייבט אן באגרייפן דעם ביטערן מציאות, ווי מ'שיקט זיי ווי שאף צו דער שחיטה, מ'פארהוילט פון זיי ליידער די הארבקייט פונעם חוק הגיוס מיט אירע ריכטיגע קאלירן, און ווי די גזירה, וואס באדראעט דעם גאנצן עתיד פונעם ערליכן אידנטום, הויערט ספעציעל געפארפול אויפ'ן ספרדישן אידנטום.
הוסף רשומת תגובה