פראנקרייך – דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון, האט נעכטן ארויסגעווארפן דעם פראנצויזישן אמבאסאדאר צו אונגארן, נאכדעם וואס עס האט ארויסגעליעקט אין פובליק א מעמא, וואס דער אמבאסאדאר האט געשריבן אויסצולויבן די שטייפע אימיגראציע פאליסיס פונעם אונגארישן עקסטרעם-רעכטן פירער וויקטאר אורבאן. פאסקעל אנדריאני איז געשטעלט געווארן דורך מאקרון אלס נייער אמבאסאדאר צו אונגארן, און עריק פאורניער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט, און ער וועט יעצט האבן אנדערע נידריג-ראנגיקע פונקציעס אינערהאלב דער פראנצויזישער רעגירונג. פאורניער האט אין זיין מעמא אראפגעריסן פראנקרייך'ס שוואכע אימיגראציע פאליסיס, און געזאגט אז אורבאן'ס פאליסיס זענען א פאסיגע מאדעל נאכצופאלגן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל