באנקאק – מיט איבערראשונג האט מען נעכטן געהערט די פאזיטיווע אנטוויקלונג, ווען רעטונגס-ארבעטער האבן געפונען דרייצן מענטשן וועלכע זענען געווען פארכאפט אין אן אונטערערדישן הייל, פאר כמעט גאנצע 9 טעג, און די 13 זענען אפגעפונען געווארן אין א גוטן צושטאנד. די גרופע, פון 12 יוגנטליכע און זייער טיטשער, איז אריין שבת יוני 23 אינעם טאם-לואנג הייל, ווען פלוצלינג האט א פארפלייצונג באטראפן דעם ראיאן, און דער אריינגאנג איז געווארן בלאקירט. א מאסיווע רעטונגס אקציע איז באלד אונטערגענומען געווארן, נאר פאר לאנגע טעג האט מען נישט געקענט צוקומען צו זיי, האט מען שוין אויפגעגעבן האפענונג, אבער נעכטן האט מען זיי וואונדערליך אפגעפונען, דורך ספעציעלע נעווי סיעל טויכער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל