פלארידע – א טראגעדיע האט פאסירט ליל שבעה עשר בתמוז-נדחה, ווען א משפחה איז פאראומגליקליכט געווארן אין א שרעקליכן עקסידענט אין מיאמי, פלארידע. דער עקסידענט האט פאסירט בערך 8:30 פארנאכטס, ווען די פּעלעג פאמיליע האט שפאצירט אויף די באוואוסטע קאלינס עוועניו אין די סאני איילס געגנט פון מיאמי, און פלוצים איז א קאר ארויפגעפלויגן אויפ'ן טראטואר און אראפגעקלאפט דעם טאטן, די מאמע און זייערע צוויי קינדערלעך. דער טאטע, עמיר מיכאל ע"ה איז ליידער אומגעקומען אויפ'ן ארט, בעת די מאמע האט געליטן גאר שווערע וואונדן, און זי איז אפגעפירט געווארן צום לאקאלן אוואנטורא שפיטאל אין א שווערן צושטאנד. די צוויי קינדער האבן געליטן מער-מילדע וואונדן, און זיי זענען עוואקואירט געווארן צו א שפיטאל אין האליוואוד, פלארידע. אידן זענען מתפלל לרפואת זולמא בת ריטא, אריאלה בת זולמא און אביבה בת זולמא, לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל