ניו יארק סיטי – א מאכטפולער אויפרייס האט פאסירט נעכטן אינדערפרי אינעם "פלעטאייראן דיסטריקט" אין מאנהעטן, וואו א רער פונעם קאמפליצירטן הייצונג סיסטעם, וואס לויפט אונטערערדיש אין ניו יארק סיטי, האט עקספלאדירט, שיסנדיג רויך און שטויב אין דער לופטן, אזויפיל ווי צען שטאק הויך. אלע פיסגייער האבן אויסגעמיטן דעם אויפרייס, און קיינער איז נישט פארוואונדעט, אבער עס האט געדויערט לאנגע שטונדן ביז עס איז געברענגט געווארן אונטער קאנטראל. נאענט צו פופציג געביידעס ארום דער ארט פונעם אויפרייס, אריינגערעכנט אפארטמענט געביידעס, זענען עוואקואירט געווארן, און זענען נעכטן נאכט נאכנישט געווען צוריק אפן פאר'ן פובליק. ניו יארק סיטי מעיאר, ביל דעבלאזיא, האט אויפדערנאכט אויפגעדעקט, אז צווישן די שטויב וואס האט ארויסגעשפריצט, איז אויך געווען דער שעדליכער "אזבעסטאס" כעמיקאל.

הערט אודיא

זעהט ווידיא

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל