ניו יארק סיטי - א סטיעם שלאוך (פייפ) האט אויפגעריסן היינט בערך 6:40 צופרי, אין די פלעטאייראן דיסטריקט אין מאנהעטן.

די פייער דעפארטמעט האט אפגעשפארט עטליכע גאסן ארום ווי די פייפ האט געפלאצט ביי 5'טע עוועניו און איסט 21'סטע סטריט.

די עקספלאושאן האט איבערגעלאזט א ריזיגע לאך אויף די גאס, פון ווי רויך שטראמט ארויס מיט אימפעט, און ווארפענדיג שטיקער קוילן (פעך) אויף די גאז. נאך מענהאולס זענען באריכטעט געווארן אויפגעריסן פון וועסט 19'סטע גאס ביז וועסט 21'סטע גאס.

זעהט ווידיא און הערט עמערזשענסי רופן, אונטן

בילד



אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל