וואשינגטאן – די קאנטראווערסיע ארום פרעזידענט טראמפ'ס סאמיט מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און זיינע סטעיטמענטס נאכ'ן סאמיט, האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן, ווען ער האט געלאזט פאלן פרישע קאמענטארן, וואס האבן געברענגט אויפברויז און שאק.
צווישן אנדערן האט א רעפארטער נעכטן געפרעגט פון טראמפ, צי רוסלאנד צילט נאך אלץ אמעריקע מיט סאבאטאזש, אויף וואס טראמפ האט געענטפערט ניין – גייענדיג ווידעראמאל קעגן אמעריקע'ס שפיאנאזש אגענטורן, וועלכע זאגן קלאר אז רוסלאנד גייט יא ווייטער מיט זייער סאבאטאזש און אטאקעס קעגן אמעריקע.
ווייסע הויז ווארטזאגערין, סערע סענדערס, האט פרובירט צו פארענטפערן, אז טראמפ האט געזאגט "ניין", מיינענדיג דערמיט צו דערקלערן, אז ער וויל נישט נעמען קיין פראגעס פון רעפארטערס, און נישט אז טראמפ האט געענטפערט ניין אויף דעם רעפארטער'ס פראגע, וואס ער האט אנגעפרעגט איבער רוסלאנד.
סענדערס זעלבסט האט אבער אויך אויפגעקאכט א קאנטראווערסיע, ווען זי האט געזאגט אז טראמפ באטראכט ערנסט א פארשלאג ארויסצוגעבן דעם געוועזענעם אמעריקאנער אמבאסאדאר מייקל מעקפאועל פאר רוסלאנד, וועלכע וויל אים "אויספארשן" פאר שריט וואס ער האט געטאן בשעת'ן דינען אונטער אבאמא אין רוסלאנד.
מען האט געהערט שארפע פארדאמונג, אז דער פרעזידענט באטראכט ארויסצוגעבן אזא געשעצטן און רעספעקטירטן געוועזענעם אמבאסאדאר ווי מעקפאועל, ער זאל ווערן אויסגעפארשט דורך רוסלאנד, וואס יעדער ווייסט, אז רוסלאנד'ס "אויספארשונגען" מיינט עכט ברוטאלע פייניגונגען און פיל ערגערס.

הוסף רשומת תגובה