לאנדאן – א בריטישער פארשוין איז געפונען געווארן שולדיג, אויף א פלאן אומצוברענגען די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, דורכ'ן אויפרייסן א באמבע אינעם "דאונינג סטריט" אפיס און דערנאך נוצן א גאן אדער מעסער קעגן איר. דער 20 יעריגער נאאימאר ראכמאן פון צפון לאנדאן, איז דערקלערט געווארן שולדיג אויף טעראר קלאגעס, וואס דאס קומט עטליכע מאנאטן נאכדעם וואס עס איז געלונגען פאר די לאנדאנער שפיאנאזש באאמטע אויפצודעקן דעם פלאן, ווען ראכמאן האט קאמיוניקירט מיט אינדיווידועלן, וועלכע ער האט געמיינט אז זיי זענען אייסיס טעראריסטן, בעת יענע זענען עכט געווען בריטישע אגענטן.
הוסף רשומת תגובה