קוויבעק – דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער, דזשאסטין טרודא, האט אונטערגענומען אן אויפשאקלונג אינערהאלב זיין רעגירונג, וועלנדיג אנהייבן א פריש בלעטל, נאך א שווערן יאר פון קאנטראווערסיעס און אישוס, וועלכע האבן פארטונקלט זיינע שאנסן פון ווידערוויילונג. צווישן די שוועריגקייטן, איז געווען זיין געפעכט מיט'ן אמעריקאנער פרעזידענט, די פאראליזירטע נאפטא האנדלס געשפרעכן, און א רייזע קיין אינדיע, וואו ער איז שטארק פארשעמט געווארן. שטיצע פאר טרודא'ס ליבעראלע פארטיי איז שטארק געפאלן, און טרודא האפט, אז אויפשאקלען זיין רעגירונג, מיט נייע מיניסטארן, וועט העלפן.

Post a Comment