טיילאנד – די 12 קינדער און זייער באגלייטער, וועלכע זענען פאריגע וואך געראטעוועט געווארן אויף א וואונדערליכן פארנעם, נאכ'ן פארברענגען נאענט צו דריי וואכן אין א פארפלייצטן הייל אין טיילאנד, זענען נעכטן אהיימגעלאזט געווארן אין שפיטאל, נאך באהאנדלונג די לעצטע וואך צייט. ביים פארלאזן דעם שפיטאל, האבן זיי געגעבן אינאיינעם א פרעסע קאנפערענץ, וואו זיי האבן געשילדערט צווישן אנדערן, אז זיי האבן פרובירט אליינס צו גראבן א לאך אינעם הייל און זיך באפרייען. זיי זאגן אז זיי האבן גלייך אין די ערשטע טעג אריינגעהערט מענטשליכע קולות, און וויסנדיג אז מען קומט זיי זוכן, האט עס זיי געגעבן כוחות איבערצולעבן.
הוסף רשומת תגובה