קענטאקי – נאענט צו א האלבן מיליאן קענטאקי איינוואוינער האבן נעכטן נאכט צוריקבאקומען זייער "דענטאל און וויזשען" בענעפיטן פון מעדיקעיד, נאכדעם וואס זייער בענעפיטן זענען געשניטן געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק. דער שניט איז דורכגעפירט געווארן דורכ'ן רעפובליקאנער גאווערנאר מעט בעווין, וועלכער האט געוואלט איבערארבעטן און רעפארמירן די סטעיט'ס מעדיקעיד סיסטעם, אז ס'זאל קאסטן ווייניגער, דורכ'ן בלויז צושטעלן די מינימאלע מעדיקל בענעפיטן, און נישט קיין דענטאל און וויזשען. למעשה האט א ריכטער נעכטן געאורטיילט צו בלאקירן גאווערנאר בעווין'ס פלאן, און דער ריכטער האט געזאגט אז דער גאווערנאר מוז זאפארט צוריקשטעלן די פולקאמע בענעפיטן, לויט די פעדעראלע פארשריפטן פון מעדיקעיד.
הוסף רשומת תגובה