קאנאדע – אן איינוואוינער אין אנטעריא איז געווארן אויסגעלויבט נעכטן דורך פוילע מענטשן איבער דער גארער וועלט, ווען עס איז באריכטעט געווארן וויאזוי יענער האט באוויזן צו שניידן די גראז ארום זיין הויז טראץ וואס ער איז געווען פויל און האט נישט געהאט צופיל כח דאס צו ערלעדיגן. דער איינוואוינער איז נישט אידענטיפיצירט געווארן, אבער א שכן האט פילמירט וויאזוי יענער האט גענומען דעם גראז שניידער, עס צוגעבינדן מיט שטריק צום הונטערשטן טייל פון זיין מיניווען, און ארומגעפארן מיט'ן מיניווען אויפ'ן הויף. דער מיניווען האט געשלעפט דעם גראז שניידער, און דאס האט ערלעדיגט דעם דזשאב און געשניטן די גראז. בלייבט נאר איבער זיך צו וואונדערן, וויאזוי דער פוילער וועט זיך אן עצה געבן מיט די גרויסע מאראסט שטריכן וואס דער מיניווען האט איבערגעלאזט אויף די גראז...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל