פאריז – א טרויעריג-בארימטער פראנצויזישער קרימינאלער פארשוין, וועלכע איז געזעסן אין טורמע פאר א מארד, האט דורכגעפירט א געוואגטן אנטלויף, נאכדעם וואס עטליכע שווער-באוואפנטע פארשוינען האבן געלאנדעט א העליקאפטער אויף א פעלד נעבן דער טורמע געביידע, און האבן ארויסגעכאפט דעם ארעסטאנט פון א באזוכער-צימער וואו ער האט זיך געפונען. די רעדע איז פון רעדאאין פאאיד, וואס דאס איז שוין זיין צווייטע סוקסעספולער אנטלויף, נאכדעם וואס ער האט מיט עטליכע יאר צוריק זיך באפרייט דורכ'ן נוצן אויפרייס מאטעריאל באהאלטן אין א טישו-שאכטל, אויפצועפענען א ריזיגן לאך אין א טורמע וואנט. א העפטיגע זוך אקציע גייט יעצט אן, אים צו טרעפן און אים ווידער-ארעסטירן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל