באגדאד – א פרישער באריכט צייגט, אז בלויז פינף אידן זענען פארבליבן היינט צוטאגס אין איראק. דער באריכט ברענגט נאך פון ר' עמאד לוי הי"ו, וועלכער האט געדינט אלס רב פון דער איראקער אידישער געמיינדע פון תשס"ג ביז תש"ע, ווען ער האט פארלאזט איראק און געפארן קיין ארץ ישראל. הרב לעווי זאגט אז ער איז אין פארבינדונג מיט די פינף אידן, זיי זענען אין א גוטן צושטאנד, און זיי האבן איינע וועלכע דינט אלס דירעקטאר פון דער קהילה און פארזארגט זיי מיט די געברויכן. הרב לעווי קאמענטירט אויך, אז אונטער סאדאם כוסעין האבן אידן אין איראק געלעבט זייער גוט, און כוסעין האט שטענדיג געהאט אן אינטערעסע צו זיין נאענט און באפריינדעט מיט דער אידישער קהילה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל