נארט קעראליינע – די רעפובליקאנער פארטיי אין נארט קאראליינע, האט צוריקגעצויגן זייער שטיצע פון א קאנדידאט פאר די לאקאלע סטעיט אסעמבלי, איבער יענעם קאנדידאט'ס ראסיסטישע און אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס. דער 75 יעריגער ראסעל וואלקער האט אין מאי געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי פאר דעם אסעמבלי זיץ אין דעם 48'סטן דיסטריקט אין נארט קאראליינע. זינט דעמאלט איז אויפגעדעקט געווארן גאר העסליכע סטעיטמענטס וואס וואלקער האט געשריבן אין דער פארגאנגענהייט, אריינגערעכנט אז אידן זענען קינדער פונעם שטן, און אז די אידן האבן די גאנצע אמעריקאנער רעגירונג און די איי-אר-עס אונטער זייער קאנטראל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל