מאסקווע – נעכטן האט מען געהערט פון ווייסן הויז, אז ווען פרעזידענט טראמפ וועט זיך טרעפן מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין פאר'ן ספעציעלן סאמיט אין פינלאנד, וועט טראמפ לייגן אויף אים דרוק איבער דעם וואס רוסלאנד האט געטאן פארשידענע שריט זיך אריינצומישן אין די יאר 2016 פרעזידענט וואלן. די מעלדונג איז געקומען פון טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, דזשאן באלטאן, וועלכער האט זיך פאריגע וואך געטראפן מיט פוטין אין מאסקווע, און באלטאן זאגט אז אויך ער האט פארגעהאלטן פוטין איבער די שריט וואס רוסלאנד האט געטאן ביי די אמעריקאנער וואלן. באלטאן זאגט אז פוטין האט אים גלאטיג געענטפערט אז אלעס איז ליגנט.
הוסף רשומת תגובה