קאלאראדא – א פופציג יעריגער פארשוין איז ארעסטירט געווארן, אויף באשולדיגונגען אז ער האט אנגעהויבן איינס פון די מאסיווע וואלדפייערן וואס ברענען אין די יעצטיגע טעג אין קאלאראדא. דזשעספער יארגענסאן ווערט באשולדיגט אין האבן אונטערגעצונדן דאס "ספרינג פייער", וועלכע האט פארברענט פילע געביידעס, און אפגעברענט 38 טויזנט אקער-לאנד, צווינגענדיג הונדערטער איינוואוינער צו עוואקואירן – און דאס פייער איז דערווייל נאך אלץ נישט פארלאשן. היות יארגענסאן איז נישט קיין אמעריקאנער בירגער, וועט ער איבערגעגעבן ווערן פאר אימיגראציע אויטאריטעטן תיכף ווען ער וועט געברענגט ווערן אין געריכט אויסצושטיין די קלאגעס איבער ארסאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל